top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פסק הלכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א איבער הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א

דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חסידי בוהוש האבן פאַַרלאָָפענעם מוצאי שבת חנוכה העעל"ט געהאַַט די זכי' מיטצוהאַַלטן הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וואָָס דער רבי שליט"א האָָט געפּראַַוועט ברוב עם אין ביהמ"ד, נאָָכ'ן באַַקומען דעם קלאָָרן פּסק הלכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, צו וועמען דער רבי שליט"א האָָט פּערזענליך זיך געוואָָנדן, צו הערן חוות דעתו בהלכה איבער דעם נושא.


במשך אַַלע יאָָרן, זינט דער רבי שליט"א האָָט איבערגענומען דעם הנהגת העדה, האָָט דער רבי שליט"א זיך נוהג געווען כמנהג אבותיו הק', צו צינדן די נרות חנוכה בביתו נאוה קודש העכערן בוהושער ביהמ"ד אין בני ברק, בלויז מיט אן ענגן קרייז בני משפּחה וואָָס האַַלטן דעם רבי'נס געהויבענע עבודה און בלויז איין נאכט פלעג די טיר זיין אפן פארן ברייטן ציבור צו קענען מיטהאלטן דעם ליכטל. צוליב די שטופעניש און געדרענג האבן די חסידים מפציר געווען ביים רבי'ן שליט"א, אַַז ער זאָָל צינדן דעם איין נאכט אין ביהמ"ד, ברוב עם הדרת מלך, וואָָס וועט געבן די געלעגענהייט פאַַר'ן גאַַנצן ציבור מיטצוהאַַלטן די הדלקת הנרות פון רבי'ן שליט"א מיט הרחבת הדעת. 


דער רבי שליט"א האָָט זיך נישט אַַזוי שנעל צוגעכאַַפּט דערצו, וועלענדיג אָָנהאַַלטן דעם מנהג בית אבותיו צו צינדן אינדערהיים, אָָבער מיטהאַַלטנדיג דעם שטאַַרקן געדרענג וואס איז צוגעקומען צו א מצב פון סכנת נפשות, האט דער רבי נעתר געוועהן לבקשתם נאכן דורכטוהן די צדדי הלכה. היי יאהר נאכדעם וואס מען האט אבער רענאווירט און פילפאכיג פארברייטערט דעם רבינס שטוב האָָט דער רבי שליט"א געוואלט צוריק גיין צום אלטן און צינדן אין שטוב ווי עס איז דער דין אין שולחן ערוך, אַַז הדלקת המנורה צינדט יעדער ביי זיך אין שטוב, אַַלס פרסומי ניסא מיט די בני משפּחה צוזאַַמען.


נאך פילע הפצרות האט דער רבי באשטימט אין פאַַל ער וועט באַַקומען א קלאָָרן פּסק הלכה פון ידידו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, אַַז ער מעג משנה זיין ממנהגו בקודש, וועט ער דאָָס אָָננעמען, און וועט צינדן אין ביהמ"ד. הערענדיג די שאלה און אַַלע אַַרומיגע פּרטים, האָָט דער דיין שליט"א זיך פּערזענליך פאַַרבינדן טעלפאניש מיטן בוהושער רבי שליט"א, און איבערגעגעבן חוות דעתו אַַז דער רבי שליט"א קען צינדן אין ביהמ"ד. דער רבי שליט"א האָָט גלייך אָָנגענומען דעם פּסק דין, אָָבער ער האָָט געבעטן דעם דיין, אַַז ער זאָָל אויך מעלה זיין על הכתב חוות דעת תורתו, כדי צו קענען מפרסם זיין ביים ציבור דעם קלאָָרן פּסק דין וואָָס האָָט געברענגט דערצו אַַז דער רבי שליט"א זאל משנה זיין ממנהגו, און צינדן אין ביהמ"ד. דער דיין שליט"א איז נעתר געוואָָרן לבקשתו, און האָָט אין די לעצטע טעג אָָפּגעשריבן אין קורצן חוות דעתו הרמה, און די מראי מקומות אויף וואָָס ער באַַזירט דעם פּסק דין, אז ס'איז נישט דאָָ וואָָס חושש צו זיין.


ווי עס איז דער לשון פונעם דיין שליט"א אין די תשובה: "בדבר הדלקת נר חנוכה אשר כ"מ מדליק בביתו, והוא מקום צר להכיל בו חסידים ומעריציו שבאים להסתופף בצלו, הנני להודיע חוות דעתי העני' בזה שכ"מ ידליק בבית המדרש, לרוות בזה חסידים ואנשי מעשה שמשתוקקים לראות עבודתו בקודש בעת הדלקת הנרות" און ווי דער דיין שליט"א איז ממשיך נאָָכ'ן ברענגן די נימוקים בהלכה, ובלשונו: "ומה גם דזהו ג"כ נחשב כבית של כ"מ אשר משפּיע בזה המקום להמסתופפים בצלו, הדרכה להתנהג בדרך התורה והסידות לתפארת בית אבותיו".


פאַַרגאַַנגענעם מוצאי שבת, נר ד' דחנוכה האט דער רבי שליט"א טאקע געפּראַַוועט די הדלקת הנרות בשער בת רבים בהיכל בית מדרשו, וואו מאַַסן חסידים האָָבן אויסגענוצט די געלעגענהייט מיטצוהאַַלטן דעם רבי'נס עבודה וואָָס ער האָָט – כדרכו – אָָפּגעראָָכטן מיט גרויס התרגשות און התלהבות.



Comentarios


bottom of page