top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע חיזוק באזוך פון אבד"ק לימינוב שליט"א אין ק"ק עדת ישראל מעלבאורן אוסטראליע

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

די וואך האבן תושבי מעלבאורן אוסטראליע זקנים ונערים מיטגעלעבט ימי הוד אין געשעפט הויפענעס חיזוק ביים באזוך פונעם וועלט בארימטן פה מפיק מגלית ונואם בחסד עלין הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א וועלכע האט אונטערגענומען די לאנגע רייזע צו מחזק זיין די ארטיגע אידנטום, ובפרט די בחורי הקהילה וועלכע האבן מיטגעהאלטן א שבת מרומם בצילו פונעם געהויענעם גאסט.


דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע התוועדות מיט די באטייליגונג פון אלע אברכי ובחורי הקהילה, ווי די רב שליט"א האט אויפגעפלאמט די הערצער לקראת שבת מלכא קדישא, פרייטאג נאכמיטאג האט די רב שליט"א באזוכט ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי שלמה קאהן שליט"א גאב"ד מעלבאורן אוסטראליע, און אויף שבת איז די רב שליט"א ארויסגעפארן אויסער די שטאט אויף א ספעציעלער שבת התאחדות אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה פון אלע יאהרגענג, פארברענגענדיג בשבת אחים.


נעכטן זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע אסיפה אינעם צענטראלע ביהמ"ד קהל עדת ישראל מעלבאורן אוסטראליע, ווי די רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בעניני חינוך הבנים והבנות פאר אלע הונדערטער תושבי העיר.




留言


bottom of page