top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא אריכתא ראש חודש אלול אפגעראכטן דורך האד' מבאבוב-45 אין גיגאנטישער ברוקלין סקווער פעסטונג

זונטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי

 

ווי יאהר יערליך האט כ''ק האד' מבאבוב 45 שליט''א געפראוועט דעם טאג 'ר"ח אלול' מיט גרויס התעוררות אין דערהויבנקייט זייענדיג ווי באקאנט א גרויס עבודה ביי אדמור"י בית באבוב. דאס יאהר האבן די עסקנים ארויסגעדינגען די זאלן פון ברוקלין סקווער אין בארא פארק צו קענען ארייננעמען דעם ריזן ציבור חסידים זקנים עם נערים פון אלע שטעט. מען האט געדאווענט א ווארימע שחרית, די רבי שליט"א האט געדאווענט הלל פארן עמוד מיט גרויס התעוררות און דערנאך מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א צו דאווענען מוסף. נאכן דאווענען האט מען געזאגט די ח"י קאפיטלעך תהלים כנהוג און נאכן דאווענען און תקיעת שופר האט די רבי שליט"א אפגעראכטן דעם טיש און משמיע געווען פלאמפייערדיגע דברות קודש איבער די עבודה פון חודש אלול והמסתעף. נאכן טיש האט די רבי שליט"א פארטיילט פלוימען פארן גאנצן ציבור כנהוג.



Comments


bottom of page