זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
פארלאפאנעם מיטוואך אינדערפרי איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק לכבוד די יארצייט פון זיין שווער דער חותן המלך, כ"ק אדמו"ר מלובלין זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן בו היום כ"ח חשון, דער רבי שליט"א האט מתפלל געוועהן ביים ציון הק' אויפו בית החיים זכרון מאיר, אינאיינעם מיט די בני המשפחה די קינדער און אייניקלעך פונעם לובלינער רבי'ן זצ"ל אין שפיץ פון נכדו כ"ק אדמו"ר מלובלין שליט"א. מען האט געזאגט די סדר אמירת תהילים כנהוג און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געוועהן אויפן ציון א משך זמן. נאכן עליה לציון איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מלובלין זכר צדיק לברכה וואס איז נסתלק געווארן בשנת תשפ"ג.
Comments