דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
העכסט התרגשות'דיגע מאמענטן איז נעכטן דינסטאג פארגעקומען במעונו פון הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרפו"ש, ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א ביקור ש"ב כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, וואס ביידע ציען דעם גאלדענעם יחוס פונעם הייליגן מנוחת אשר פון טשענגער זי"ע.
דער גארליצער רבי האט דערביי מיטגעברענגט דעם היסטארישן "סידור הישועות" דער סידור אין וואס עס האט געדאווענט דער מנוחת אשר, און איז מקובל פון צדיקים אז ס'איז מסוגל פאר ישועות ורפואות, דורכ'ן אריינלייגן דערין א "קוויטל". דער גאנצער סידור איז געשריבן בכתב יד, און דער מנוחת אשר האט דאס באקומען במתנה פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע.
א חרדת קודש האט באנומען דעם צימער ווען דער טענקער רב האט זיך דערביי געזעצט אפשרייבן א קוויטל, און זיך מזכיר געווען לרפואה ולברכה, און דאס דאן אריינגעלייגט אינעם סידור פונעם גרויסן זיידן, טוענדיג בשעת מעשה מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים.
דערנאך האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס איבער די גרויסע זיידעס, און דער גארליצער רבי האט געצייגט היסטארישע כתבי ידות פונעם מנוחת אשר, פון זיינע ספרים וואס ער האט זוכה געווען ארויסצוגעבן לאור עולם.
צום שלוס האט מען געטרונקען לחיים און דער טענקער רב האט פארבעטן די קינדער ארויסצובאגלייטן דעם גארליצער רבי'ן ביז די גאס.
אין די זעלבע צייט ווערט נאכגעפאלגט מיט פרייד ושבח והודאה להשי"ת ביים ציבור חסידים ומעריצים לבית טענקא, איבער די פאזיטיווע ערהוילונג ביים רב שליט"א, וועלכער קומט צוביסלעך צוריק לאיתנו הראשון נאכ'ן דורכגיין א שווערע פראצעדור, און דעם פאריגן שלש סעודות איז דער רב שוין אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שלש סעודות, לשמחת לבם פונעם גאנצן ציבור.