top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מויז'ניץ איז ממנה גבאי קודש פאר קופת אהבת ישראל וירושלים ביים ציון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה

דאנערשטאג פ' ויגש • ט' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן


א זעלטן געהויבענע מעמד איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי מאיר בעל הנס אין עיר הקודש טבריה, וואו מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט ממנה געווען און מסמיך געווען צענדליגע נייע גבאים און ממונים וואס וועלן זאמלען צדקה פון כלל חסידי ויזניץ לטובת די הייליגע קופה אהבת ישראל וירושלים, וואס איז מקובל שוין דורי דורות ביי חסידי ויזניץ, און ווערט געפירט בנשיאות האדמורי"ם מויזניץ דור אחר דור.


אנקומענדיג קיין טבריה איז דער ויזניצער רבי צוערשט אריין אין א פריוואטע צימער וואו די עסקני המקום האבן מקבל געווען את פני הקודש, דערנאך איז דער רבי אריין צום ציון הק' וואו מען האט געדאווענט מעריב, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד התמנות הגבאים פארנט פונעם גרויסן בנין הציון הק', מיט די באטייליגונג פון די צענדליגע אינגעלייט עסקני וגבאי הקופה. הרב החסיד ר' חיים מאיר שטערן האט אויפגעטרעטן אלס יושב ראש, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ בנו הגדול פון רבי'ן.


דאן האט אויפגעטרעטן מיט א שמועס הרב החסיד ר' מנחם אליעזר מאזעס, און ארויסגעברענגט די קשר און מסירות פון די פריערדיגע וויזניצע רבי'ס פאר די הייליגע קאסע לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דערנאך האט דער ויזניצער רבי אונטערגעשריבן א היסטארישע מכתב קודש לכבוד די מעמד, און מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם מענדיל טאבאק רב חסידי ויזניץ אין עפולה פארצוליינען דעם מכתב קודש.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן מברכות קדשו, און מאריך געווען א לענגערע שמועס איבער די גודל סגולת הקופה, און זיך אויסגעדרוקט אז די גבאי הקופה זענען זיינע פערזענליכע שלוחים. אזוי אויך האט דער רבי געשטעלט דריי חשובע רבני הקהילה צו דינען אלס רבני הקופה, הרה"ג ר' מענדיל טאבאק, הרה"ג ר' יעקב לאבין ראש כולל ש"ס, און הרה"ג ר' נחמן מאנדל.


דערנאך האט מען געמאכט א מי שברך פאר די גבאים וואס איז מקובל פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעבסקער זי"ע, און דערנאך זענען אלע גבאים אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין ברכת הקודש, און א ספעציעלע כתב סמיכה אונטערגעחתמט בכתב יד קדשו, און איבערגעגעבן א קוויטל פארן רבי'ן ביים ציון הק' פון רבי מאיר בעל הנס.






























Comments


bottom of page