מוצאי שבת פ' לך לך • י"ג חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
א באריכט פונעם קורצן בליץ באזוך פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין שטאט מאנטריאל לרגל די חתונה בבית הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר יודא ווייס הי"ו פון קרית יואל וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי בית סאטמאר די בכל אתר ואתר, האט ער זיך יעצט אנגערופן מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פון פרישע סאטמארע מוסדות אין מאנטריאל.
ארום 4:00 נאכמיטאג האט זיך דעם רבינ'ס פריוואטער פליגער געהויבן פון די סטוארט עירפארט בשכינות קרית יואל, א קארגע שעה דערויף האט די פליגער געלאנדעט אינעם ארטיגן לופטפעלד אין מאנטרעאל. פונעם לופטפעלד איז די רבי צוגעפארן אויף א קורצע באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו אלס אות הכרת הטוב פאר זיין אסטראנאמישן סכום מנדבת לבו לטהרתן של ישראל, צום בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן וכל משפחתו שיחיו. פון דארט איז די רבי אריבער צום ביהמ''ד הגדול והמפואר דקהל יטב לב דסאטמאר, צום ערשט איז דער רבי אריין בהיכל הכולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור חסידים און די ילדי תשב"ר אריבער שלום נעמען, דערביי האבן אויך שלום גענומען א משלחת פון ראשי קהילת בעלזא מאנטרעאל און קהלת סקווירא ובראשם הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. דערנאך איז די רבי שליט''א אריבער צו די זאלן אין די ארמון האטעל אין מאנטרעאל צו די שמחת החתונה, דער רבי איז אנגעקומען מלובש בבגדי שבת אלס קרוב משפחה, א אייניקל פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א. ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנטרעאל שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און געמאכט דעם קנין, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט גיסו הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנטרעאל שליט"א, דערנאך איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און בפרט פארן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו. דערנאך ארום 8:05 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד, אינעם לופטפעלד האבן זיך געזעגענט ראשי ונכבדי הקהילה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, ובמיוחד פאר הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראשי הקהילה. די פליגער האט זיך געהויבן ארום 8:45 און געלאנדעט ארום 9:30 אינעם טוטער-בארא לופטפעלד פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
Comments