top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תְנוּ כָּבוֹד לַתּוֹרָה • הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן חוה''מ סוכות צום ביהמ"ד הגדול באבוב נדבת הנגיד ר' אברהם ישעי' זיעגער הי"ו‎

מוצאי שבת נח • א' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בחצר הקודש באבוב איז דעם חוה''מ סוכות פארגעקומען א מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, נדבת הנגיד ר' אברהם ישעי' זיעגער הי"ו, די תהלוכה איז ארויס פון זיין שטוב ווי כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר. אויפן וועג צום ביהמ"ד איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנקענדיגן געקומען דעם ספר תורה און איר אריינגעפירט אין ביהמ''ד בתופים ומחולות. נאך די ריקודין האט די רב שליט"א איבערגעגעבן א קורצע דרשה און משבח געווען דער נדבן הספר תורה וואס איז קובע עתים לתורה און האט טאקע מסיים געווען ש''ס לכבוד די חגיגת הכנסת ספר תורה, אויך איז ער שטענדיג מוזיל זהב מכיסו פאר צדקה וחסד. באזונדער האט דער רב שליט"א דערמאנט לשבח די תמיכה וואס די נדבן האט געשאנקן פאר אלע כלי קודש אין די באבובער מוסדות לכבוד די הכנסת ספר תורה וואס איז אנגעקומען צו א סכום הגון פון אריבער הונדערט טויזנט דאללער. 




























Comments


bottom of page