מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט אויפדערנאכט זענען אריבערגעקומען צום אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א בגלילות עיה"ק ירושלים דעם רבינס שוואגערס הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה און הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק אינאיינעם מיט די בני בית קינדער און אייניקלעך, וואו מען האט אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גן יחד גאנצע דריי שעה! שמועסנדיג שיינע זכרונות פון אמאל און דברי תורה מעניני דיומא. נאכן באזוך האבן דעם רבינס שוואגערס איבערגעגעבן קוויטלעך און פדיונות להיזכר לטובה אויף א שנת גאולה וישועה, אזוי אויך האט הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א איבערגעגעבן זיין נייע ספר עלי דשא פאר'ן רבי'ן שליט"א.
Comments