מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל: היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ווידער אריינגענימען געווארן צו די קארנעל שפיטאל נאכן פארלירן די אטעם, שטייענדיג בלויז צוויי טעג נאכן אהיימגעקומען פון שפיטאל. ליידער הערט מען אז דער מצב הבריאות ביים רבי'ן שליט"א איז נאך זייער אפגעשוואכט, און די רבי איז זקוק לרחמי שמים מרובים. די דאקטוירים אין די קארנעל שפיטאל טוהן אבזערווירן די נוממערן פון די 'קארבן דיאקסייד' און פראבירן אוועקצושטעלן די סי. או. טו. לעוועל וואס איז ליידער נישט סטאביל זינט נאכמיטאג. עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויב דער מצב וועט זיך נישט פארבעסערן אז מען מען מוזן צייטווייליג ארויפלייגן דעם רבי'ן שליט"א אויף א רעספירעיטאר.
אין די סקולענער בתי מדרשים האבן זיך גלייך געשטעלט משמורות תהלים, מיט גרויס התעוררות, האפענדיג צו קענען שוין בקרוב הערן די בשורה טובה אז דער רבי שליט"א איז שוין באפרייט פון שפיטאל מתוך בריאת השלימות. אידן זענען ווייטער עומדים בתפלה ובתחנונים מתּפלל צו זיין לרפואתו פון דעם צדיק תמים ונשגב האפענדיג אז השי"ת וועט שוינען דעם דור און שענקן א גענצליכע רפואה פאר'ן רבי'ן שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל להחזיקו ולהחיותו.
Kommentare