דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
טויזנטער תושבי קרית יואל האבן נעכטן זונטאג מקבל פנים געוועהן און אפגעגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה פאר האי רב גאון וצדיק כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון עטליכע טעג אין שטאט, לטובת ישיבתו הקדושה ישיבת הרמה 'סערדאהעלי' וואס שטייט אונטער די געהויבענע השפעה פונעם רבי'ן שליט"א.
זונטאג נאכט אנקומענדיג אין שטאט האט דער רבי איבערגעגעבן א דרשת התחזקות דברי חיזוק והדרכה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל אויף די פערזענדליכע בקשה און הזמנה פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט די וואך אראפגעשיקט א בכבודיגע משלחת צו מכבד זיין דעם רבי'ן שליט"א מיט די דרשה, צו איבערגעבן דברי חיזוק והדרכה פאר די הונדערטער תושבי העיר, רבנן ותלמידיהן וועלכע האבן מיט דורשט געשלינגען די דברי פי חכם חן. דער רבי האט געדרשנט קרוב צו אנדערטהאלבן שעה, לדעת את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון. נאכן דרשה איז דער גאנצער ציבור דורך שלום נעמען פונעם גרויסן גאסט.
Comments