דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת איידער אמירת סליחות בחצר הקודש אלכסנדר, זענען די חסידים געכאפט געווארן אין איבערראשונג ווען כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א האט אין א זעלטענע שריט משמיע געווען הארצרייסנדע דברי התעוררות בבכיות עצומות, איבער'ן שווערן מצב המלחמה אין ארץ ישראל און ספעציעל אדרעסירט די טויט פונעם הויפט פירער פון די כיזבאלא פירער נאסראלא שר"י.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי מוסר והתחזקות איבער עניני צניעות, און התרחקות פון טעכנאלאגישע כלים, און זיך מחזק זיין בהתמדת התורה וקיום המצוות און תפילה בציבור, און דאן אריבער רעדן איבער'ן שווערן מצב המלחמה און די גרויסע פחדים וואס הערשט פון די חצי אויב, און די צרה ומצוקה אין וואס כלל ישראל געפינט זיך.
דער רבי האט ערווענט איבער דעם וואס מ'האט בחסדי השי"ת אומגעברענגט דעם אראבישן ראש הרוצחים, זאגנדיג אז אוודאי איז דא דערין די שמחה פון 'באבוד רשעים רנה', ב"ה אז מ'האט אפגעווישט א גרויסן רוצח דער 'פרא אדם' בדורינו, כן יאבדו כל אוביך ה', אבער איך וויל דערמאנען וואס ליגט מיר נאך אין זכרון פון שנת תשי"ז, ביי די סיני מלחמה, ווען דער צר הצורר 'נאצר' ימ"ש האט זיך געגרויסט פאר די גאנצע וועלט ווי די שטאט תל אביב, די דעמאלטדיגע גרעסטע שטאט אין ארץ ישראל ברענט, דער פחד איז געווען עד אין לשער, און ב"ה צום סוף איז געווען גרויסע ישועות, און די שמחה איז געווען גאר גרויס, האבן עטליכע חסידים אנגעפרעגט ביים זיידן דער בעל אמונת משה זי"ע צי מ'זאל זאגן הלל, האט ער אויפ'ן פלאץ געענטפערט אז נישט, און שפעטער ביים טיש גערעדט גאר שארף איבער'ן אופן המלחמה און איבער'ן רוחניות'דיגן מצב פון די לוחמים, און מיט בכיות עצומות אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור: "אויף דעם האבן מיר געווארט? אז ס'זאל קומען די אמעריקאנע און פראנצויזן אונז העלפן פטור ווערן פון די אראבער? דאס איז אונזער ישועה און דאס איז אונזער שמחה? מ'פירט דאך אונז פון איין גלות צום צווייטן, אונז האף מיר נאר ארויס אויף די גענצליכע ישועה ביי די גאולה העתידה".
דער רבי האט דאן אויסגעפירט מיט הייסע בכיות "יעצט שטייט מען ממש אין דעם מצב. וואס איז די גרויסע שמחה וואס מ'רעדט אין די גאסן אז מ'האט גע'הרג'ט דעם אראבער, נישט אויף דעם האפן מיר, און נישט דאס איז אונזער ישועה ערב ראש השנה, ווען כלל ישראל ליידט נאך פונעם צורר הגדול ישמעאל און מיר קוקן אלע ארויס אויף די גרויסע ישועה, אז עס זאל מקוים ווערן דאס וואס מ'בעט ביי די סליחות "כלה שעיר וחותנו ויעלו לציון מושיעים".
Comments