top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת הבורות פאר מקוה מפוארה אין ישיבה תפארת משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער

מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם מאנטאג בעת דעם קורצן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין ניו יארק, איז די רבי ערשינען בהיכל ישיבה תפארת משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער - קרית יואל, צום מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה מפוארה אינעם בנין הישיבה.

ביים אנקומען האבן אלע תלמידי הישיבה מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיטן ניגון ברוך הבא, אין שלום גענימען פונעם רבי'ן שליט''א.


מען איז אראפ אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין ווי עס האט זיך שוין דערזעהן א אויסשטעל פון א הערליכע מקוה.


נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות האט די רבי אנגעהויבן פארזאגן פרקי תהילים. די רבי האט געגאסן די יסודות פאר די בורות המקוה, ופצחו העם בשירה ובזמרה אויפן ניגון אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל, לפני מי אתם מטהרין. דער רבי האט מכבד געווען אנשים מכובדים צו גיסן, צווישן אנדערע דער מנהל, משגיח ומגידי שיעורים שליט"א, און נגידים בעם תומכי הישיבה.


דערנאך האט דער רבי אויפגענומען בחדר פרטי עטליכע בוני הבנין וועלכע האבן אין די גאר קורצע צייט, אין די ימי בין הזמנים, צוגעהאלפן פארברייטערן דעם בנין לארכה ולרחבה און ווי אויך צוצובויען א מקוה מפוארה, און דארמעטארי שטובער פאר די בחורי הישיבה וועלכע קומען מחוץ לעיר.


שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הישיבה צום מסיבת לחיים, ווי עס האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי דייטש שליט"א דומ"ץ בקרית יואל מחשובי הורי תלמידי הישיבה.

דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד פתיחת הזמן, ארומרעדנדיג איבער די זכי' און התחייבות וואס די תלמידי הישיבה האבן, לערנענדיג אין די ישיבה תפארת משולם פייש, וואס איז די ערשטע ישיבה וואס איז גערופן געווארן לשמו ולזכרו פון אביו הרה''ק מטאהש זי''ע.


דער רבי האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות.


דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע רקידה אין נאך תפילת מנחה האט דער רבי קובע געוועהן מזוזות ביי די חדרי הלימוד און דארמאטארי שטובער פון די נייע צוגעבויעטע חלק וואס איז געבויעט געווארן צום נייעם ווינטער זמן.



















Comentários


bottom of page