מאנטאג ב' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמאליק דריי
געהויבענע מאמענטן האט זיך נעכטן אפגעשפילט בקרתא דשופריא, ביי דעם גרויסארטיגן מעמד "הקבלת פני רבו ברגל" ווען ירושלימ'ער אידן האבן מקבל געווען פני גדול ופוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א וועלכע האט זיך מטריח געווען און איז ערשינען אינעם גרויסן סוכה פון ישיבת אורייתא אויף רח' שטראוס זיך משמח צו זיין מיט המוני בני העדה החרדית זכר לשמחת בית השואבה.
דאס גרויסע השתוקקות פון ירושלימ'ער אידן צו זען פני קדשו פונעם גרויסן פוסק איז געקומען צום אויסדרוק ווען די טויזנטער אידן בני ציון היקרים, דארונטער די נקיי הדעת שבירושלים, האבן מיט פלאטערדיגע הערצער איבערגעפלט דען גרויסן סוכה זיך געשטופט צו כאפן א בליק אויפן אויבנאן, וואו עס זענען געזעצן אויסגע'שורה'ט די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א, אינאיינעם מיט פילע רבי'ס ורבנים, ראשי ישיבות ודיינים און פילע מורי הוראה פון די העדה החרדית שליט"א, ומלכם בראשם מרן פוסק הדור שליט"א.
די מעמד האט זיך אנגעפאנגען בשירה וזמרה, מיט ניגונים לכבוד יו"ט, אינצווישן איז דער אויבנאן פיל געווארן מיט חשוב'ע רבנים שליט"א, צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן: כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, הרבנים הגאונים חברי הבד"צ הגאון הגדול רבי יהודא פישער שליט"א און הגאון הגדול רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן בשליחות אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגאון הגדול רבי נתן קאפשיץ שליט"א רב אין בית שמש וחבר הבד"צ העדה החרדית, און נאך פילע דיינים און רבנים.
צום באשטימטער צייט איז דער גאון ערשינען צום מעמד ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א שר העסקנים ויו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית האט געעפנט די מעמד הנשגב מיט דברי פתיחה, דאן האט הרה"ח ר' צבי ראובן דאווידאוויץ נאמן ביתם ביי רבני ירושלים איבערגעגעבן דברי תורה וברכה, די קלימאקס פון די מעמד איז געווען, די דברות קודש חוצבים להבות אש פונעם גאון וועלכע האט מרחיב געווען בעניני דיומא חג הסוכות ובתוך דבריו ארומגערעט שארפע דברי מחאה קעגן די ציונים, זאגנדיג אז מיט זייער שווערע מלחמה מיט די אראבער פארגעסן זיי נישט פון זייער קאמפ מיט היימישע אידן, און ב"ה אז בני העדה החרדית האבן געהאט די פריערדיגע רבי'ס וועלכע האבן שוין מיט יאהרן צוריק געלייגט א דגש צו זיין מובדל ומורחק פון זיי אינגאנצן, אויך האט זיך דער רב מתייחס געווען צו די כל מיני נביאי שקר וועלכע זאגן פאראויס זמנים ווען משיח וועט קומען, מ'דארף זיך נישט צו טוהן מאכן נאר זיין א מצפה לישועה אחכה לו בכל יום שיבוא, גרויס התרגשות האט געהערשט ווען מען האט דערביי געזינגען דער ניגון 'אני מאמין' מיט גרויס דביקות, און דער פוסק הדור האט דערנאך געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, מיט באזונדערע ברכות פאר די רבנים ודיינים ולכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה.
דערנאך האט הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים אנגעוואונטשן בשם אלע אידן אז רבינו הגדול דער רב שליט"א זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו, און קענען ווייטער פירן די עדה החרדית מיט א שטארקייט, און ער זאל אונז אינאיינעם פירן אנטקעגן משיח צדקינו. דערנאך זענען די צענגליגע דיינים ומורי הוראה דורך ביים רב וואונטשן א גוט יום טוב און זיך באדאנקען אויף די תמיכות וואס איז פארטיילט געווארן פאר די דיינים לכבוד יום טוב, צום שלוס האבן אלע פארזאמלטע געהאט די זכי' דורכצוגיין דעם פוסק הדור און וואונטשן א גוט יום טוב, והוא עונה כנגדם ומאציל מברכותיו הקדושים.
Comments