דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער - jdn
ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבי'שע חתונה אין שיכון סקווירא, פון א דאפלטע אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איר אייניקל ביים שוואגער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דער חתן א זון פון הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל, און איידעם ביי הרה"צ רבי יצחק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אלעזר יונה גינזבערג שליט"א אב"ד סוואליעווע, זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א.
באזונדער האבן סקווירא חסידים ביים דאזיגע חתונה געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון די גרויסער עלטער זיידע האדמו"ו מוויזניץ שליט"א און די סבא קדישא דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, וועלכער איז געקומען מפאר זיין על ראש שמחתו, און האט מיטגעהאלטן די שמחה העכער אלע ערוואטונגען, אנגעהויבן ביים מעמד החופה, דערנאך ביים סעודת החתונה א משך זמן, און דערנאך ביים מעמד המצווה טאנץ.
ארום זעקס אזייגער איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינעם שאטער הגדול, אינאיינעם מיט'ן חתן זיידעס און די מחותנים, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער גאסט פון ארץ ישראל הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן בשליחות אביו, נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן, און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה ביים גרויסן פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד.
מצד החתן האט אונטערגעפירט די עלטער זיידע די וויזניצער רבי, און מצד הכלה די מחותן אב"ד סוואליעווא, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א עדי קידושין הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, און הרה"צ רבי אברהם ראבינאוויטש בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, ברכות ראשונות די ראש בית אב דאפלטע עלטער זיידע די סקווירא רבי, און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א.
נאכן חופה איז פארגעקומען א באזונדערע מסיבת לחיים פאר חסידי וויזניץ אין א זאל אין שיכון סקווירא אין שפיץ פונעם זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווי מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די חסידים זענען דורך וואונטשן מזל טוב. אין די זעלבדע צייט איז דער סקווערער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטוב. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינעם גרויסן שאטער, לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז. א קורצע צייט דערויף איז ערשינען די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז אויך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה, און דערנאך האט מען ענטפאנגען לקול תרועת הזמר די זיידע די קאלובער רבי שליט"א. די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודה, און ממשיך געווען מיט די ניגוני שמחה זייענדיג מעודד די ריקודין בעוז ותעצומות, שפעטער איז דער עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר די רביים א לענגערע צייט.
במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטערס כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פון מאנסי, וויליאמסבורג, ירושלים, מאנטריאל און בארא פארק, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא אוקענוויין און ראחמיסטריווקא מאנסי, מאשלוי, אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, און האדמורי"ם מסטאניסלאוו מאנסי, טאלנא אשדוד, הרבנים מסלאנים מאנסי, ווענגרוב, מאגרוב, הרה"צ רבי ישראל ארנסטר און נאך פיל.
נאך א קורצע הפסקה האט בדחנא דמלכא ר' אהרן בער ראטה אויפגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקעדוויין שליט"א א פעטער מצד הכלה, און מחותן מיטן אבי החתן, ברכות ראשונות דער זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א, ברכה אחריתא הרה"צ רבי אהרן שמעון טויב אב"ד קאלוב בארא פארק. דערנאך איז פארגעקומען א געהויבענע ריקוד אויפן אויבן אהן, צום ערשט א רינג פון אלע זיידעס מחותנים און קרובי המשפחה, און דערנאך א פייערדיגע מחול לצדיקים דורך די צוויי שוואגער'ס האדמורי"ם שליט"א, און באזונדערע ריקודין נלהבין ווען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א זענען געטאנצן מיט די קאלובער רבי שליט"א, וינועו אמות הסיפין.
דאן האט מען צוגעטראטן די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט בדחנא דמלכא ר' יחיאל מיכל אייזנבערג אויפגערופן דעם קאלובער רב וועלכע האט אפגעראכטן ריקודין קדישין לפני הכלה זיצנדיג אויפן בימת הכבוד, דערנאך האט מען אויסגערופן דעם עלטער זיידע די וויזניצער רבי וועלכע האט פארגעזונגען די ניגון 'מאת ה' היתה זאת' און דאן געטאנצן לפני הכלה און דערנאך מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיט ראשי ק"ק סקווירא ווי שוין באריכטעט.
דאן האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה-טאנץ פון פרי עץ חיים די זיידעס הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק שליט"א, קינדער פונעם סקווירא רבי'ן וואס איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, ספעציעל ווען די אחים רעים אהובים און מחותנים זענען ארויס אין א פייערדיגע ריקוד און מ'האט געקענט טאפן די התרגשות ביים גאנצן ציבור. דאן האט מען באגריסט מיט קארצע דברי חרוזין צוויי חשובע געסט פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד און הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח ממאחנובקא בעלזא וועלכע זענען באזונדער געטאנצן מיט די חתן און מחותנים.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, זיך ארויסלאזנדיג אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים. די חתונה איז פארענדיגט געווארן אום דריי אזייגער פארטאגס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר חתן כלה.
יש לי שאלה: האם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מרוצה עם סוג השטריימל עם כתר שלובשים בו חתנו ונכדו וכן מחותנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א?