מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי באיאן האבן דעם יו''ט ראש השנה אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים וואס האט פאסירט דעם צווייטן טאג יו''ט ווען נאך ברכת כהנים איז געהערט געווארן א גרויסע אויפרייס ווען אן אונטערערדישע עלעקטרישע דראט האט אויפגעריסן נישט ווייט אוועק פונעם גרויסן באיאנער קלויז, פון וואס עטליכע ארומיגע קארס זענען געשעדיגט געווארן. די פאליציי אין פייערלעשער האבן אפגעשפארט דעם גאנצן אומגעגענט אין בחסדי שמים איז נישט געוועהן קיין פארוואונדערטע. דער אפענע חסדים אין ניסים גילויים זאכט זיך ארויס ווי פון זיך אליין נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע שאדנס וואס דער אויפרייס וואלט חלילה פאסירט בלויז עטליכע מינוט שפעטער.
Comments