מאנטאג פ' נצבים - וילך • כ' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
צהלי ורוני יושבת לינדען: די תושבים פון די בליענדע אידישע שטאט לינדען, ניו דזשוירזי, האבן מיט אן אויסטערלישע חדוה עילאה אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז אין די נאנטע טעג וועט כ"ק אדמו"ר הגה"צ ר' אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א, בנו חביבו ויקירו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, זיך אריבערציען אין שטאט וואו ער וועט אוועקשטעלן זיין הויף לשם ולתפארה חצר הקודש סקולען-לינדען, וואו די פילע תושבי העיר וועלן האבן די זכי' זיך אנצואווארעמען בצל קדשו און מיטהאלטן די ליכטיגע געהויבענע סקולענער תפלות און טישן במשך דעם גאנצן יאר.
דער רבי שליט"א, וועלכער טראגט דעם נאמען פון זיין הייליגן עלטער-זיידן דער מייסד השלשלת הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל, איז אלע יארן געווען באוואוסט ביים ציבור חסידי סקולען אלס דער געטרייער זוהן וועלכער איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין הייליגן טאטן זצ"ל מיט א זעלטענעם געטריישאפט, ולא זזה ידו מתוך ידו. דער רבי שליט"א איז באקאנט אלס א תלמיד חכם מופלג וירא שמים מרבים און מיט זיין זעלטענעם צוגעלאזנקייט צו יעדן איינעם, יארן לאנג זיצט דער רבי יעדן טאג שעות ארוכות און איז עוסק בתורה אין די סאטמארער כוללים אין בארא פארק, אזוי אויך האט דער רבי פארגעלערנט פילע שיעורים קבועים בהלכה ובאגדה בבית מדרשו של אבא אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, און אלס דיין ומורה צדק געפסקענט שאלות להורות את דבר השם זו הלכה. בנוסף דינט די רבי שליט"א אלס משפיע רוחני אין די צאנזער ישיבה אין סטעטן איילענד וואו ער טוט משפיע זיין מאורו פאר די תלמידי הישיבה.
אצינד שטייענדיג נאכ'ן גרויסן בראך מיט די פטירה פון רבי'ן זצ"ל, און נאכדעם וואס דעם רבי'נס עלטערער ברודער כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' אהרן מאיר שליט"א איז נתמנה געווארן אלס ממלא מקום אביו בהנהגת העדה הקדושה, ווערט אצינד מקויים דער בית צדיקים יעמוד ווען דער רבי שליט"א וועט פונדאסניי מייסד זיין דעם סקולענער הויף אין שטאט לינדען, וואס וועט ווערן א צוציאונגס קראפט און א תל תלפיות פאר תושבי העיר זיך צו דערווארעמען מיט'ן ליכטיגן סקולענעם אור.
פארלאפענעם וואך איז דער סקולען-לינדענער רבי שליט"א געווען אויף א באזוך אין לינדען, וואו דער רבי איז ארויף צום מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, וואו דער רבי האט געפרעגט רשות זיך צו באזעצן און אויפשטעלן זיין הויף אין שטאט, דער קאסאניער רבי האט געגעבן זיין פולסטן הסכמה און האט ווארעם אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א אז ער זאל קענען אנהאלטן די הייליגע המשכה בזכות אבותיו הקדושים זי"ע.אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די פלענער פאר'ן ערשטן געהויבענעם שבת וואס דער סקולען-לינדענער רבי וועט אי"ה פראווען במקהלות עם רב אין לינדען, און אין די קומענדיגע וואכן האפט מען אויסצוארבייטן די ענדגילטיגע פלענער פאר'ן רבי'נס אריבערציען קיין לינדען וואו מען גרייט צו א שיינע דירה כראוי וכיאות, און דער רבי וועט בעז"ה פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות ביז משיח'ס טאג.
יאריך ימים על ממלכתו.
Comments