top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע רבישע חתונה בחצרות באבוב 45 - וויעליפאלי - סאקאלוב סאסרעגען

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א שמחה'דיגע שטימונג האבן פילע חסידים פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שיינע רבישע חתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' בנציון פרענקל שליט"א אבד"ק סאקאלוב סאסרעגען, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס אייכענשטיין שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק קיוויאשד מאנסי זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יהושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב, די שמחה איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה אין די נייע זאל אולם הייטנער אין בארא פארק.


בראש השמחה האט מפאר געוועהן די גרויסער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט" וועלכער האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מרישא ועד גמירא. ביים חופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א און ברכה אחריתא דער געהויבענע עלטער פעטער דער רבי שליט"א. נאכן חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסעגלאזט אין א מחול לצדיקים.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי צוריקגעקומען צו די חתונה און זיך געוואשן צום סעודה. דאן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן חתן און מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער אבד"ק באבוב-45 שליט,א. נאכן בענטשן איז פארגעקומען די קאזאקן טאנץ כנהוג דורך די תלמידי המתיבתא באבוב-45 און הרב צבי אריה ריינהאלד האט אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ. דער רבי איז געטאנצן די ריקודין נלהבין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן שוואגער אבד"ק באבוב-45 שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ פונעם זיידן אבד"ק באבוב-45 און די אנדערע זיידע'ס און מחותנים. דער רבי איז פארבליבן ביז סוף מצוה טאנץ און דערנאך פארגעזינגען 'אין כאלוקינו' כמנהג צאנז.














































Comments


bottom of page