top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קשה עלי פרידתכם: אלפי חסידי וויזניץ ביי רירנדע פארשפיל ומעמד פרידה לקראת לענגערע ארויספאר פון האד' מוויזניץ

זונטאג פ' משפטים • י"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

מיט רירנדע רגשי הלב און טיפע התרגשות האבן אלפי חסידי וויזניץ מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ביי די שמחת הפארשפיל און מעמד צאתכם לשלום, בצילא דמהימנותא פונעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט געמישטע געפילן ווען פון איין זייט האט מען זוכה געווען צו א בחינה פון מלך ביפיו תחזינה עינינו, אז דער רבי שליט"א איז מפאר על ראש שמחתו באנפין נהירין, און פון די אנדערע זייט די שווערע געפילן פון קשה עלי פרידתכם, ווען דער ספר תורה השרוי בצער וועט פארלאזן עדת צאן מרעיתו אויף אזא לאנגע תקופה, אריינגערעכנט מועדי קודש און יומי דפגרא, לצרכי בריאות גופו הטהור.


תיכף ביים זמן פון מוצאי שבת האבן שווערע טויזנטער וויזניצער חסידים פון גאנץ ארץ ישראל געמאכט זייער וועג קיין קרית מלך רב אין בני ברק מיטצוהאלטן האי עידנא דחדוותא, די פארשפיל לקראת די חתונה פון א איר אייניקל ביים רבי'ן אין ניו יארק. דאס ריזן היכל ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום, און א ברייטע סעודת מלווה מלכה איז געוועהן צוגעשטעלט פאר אלע חסידים אין די זאלן פון ביהמ"ד.


די שמחה איז געפראוועט געווארן אין א פורים'דיגער אטמאספערע נאכדעם וואס מ'וועט ליידער נישט האבן די זכיה צו פראווען די ימי הפורים בצילא דמהימנותא. ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה האט מען מקבל געווען את פני הקודש מיטן ניגון 'ליהודים היתה אורה', און דערנאך האט איינער פון די חסידים אויסגעשריגן בקול רם 'יחי אדונינו מורינו ורבינו' וואו עס איז איינגעפירט ביי די פורים טישן אין וויזניץ, ויענו כל העם אחריו, אויך זענען די פורים משמחים ארויף אויפן טיש און משמח געווען בשמחה של מצווה.


גאר הארציגע דברי חרוזין איז געהערט געווארן דורך בדחנא דמלכא הרב ישראל שעכטער הי"ו וואס האט מיט רירנדע דיבורים ארויסגעברענגט די רגשי הלב פון קהל עדת ישורון. נאכן גראמען האט דער ציבור אויסגעבראכן אין א געזאנג מיטן ניגון 'טייערע ברודער מיר וועלן זיך ווייטער זעהן' נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ניגוני אמונה ובטחון ווען דער גאנצע ציבור האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן טפחיים מעל הקרקע, בעת די רבי לייגט אראפ א מסירת נפש'דיגע עבודה פון עבדו את ה' בשמחה, און איז מעודד די ריקודין בנהירו עילאה.


בשעת די שמחה האט דער בדחן ר' מאיר שטיין הי"ו פארגעזונגען די ספרדישע פזמון 'אשורר שירה' לכבוד מוצאי שבת קבלת התורה, און דער בעל מנגן ר' יעקב יהודה דאסקאל הי"ו פארגעזונגען ניגוני הודאה באגלייט מיט פאסיגע חרוזין, לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אויף אלע ניסים וחסדים.


די שמחה איז אויך באשיינט געווארן דורך חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וואס איז א זיידע ביי די שמחה, מיט וועם די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב, אויך האט זיך משתתף געווען הגה"צ רבי ישראל קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק ב"פ בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אינאיינעם מיט בנו החתן מתלמידי הישיבה אין קרית וויזניץ, לרגל די שמחת השבע ברכות, נאכן בענטשן און שבע ברכות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן.


א שטילקייט האט געהערשט ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט משמיע געווען גאר שטארקע דיבורים בענין אמונה ובטחון, און אריינגעבלאזן טללי תחיה און חיזוק אין די חסידים חלילה נישט אריינצופאלן אין קיין יאוש, אויך האט דער רבי געבעטן די חסידים זיך צו האלטן באחדות באהבה אחווה שלום ורעות, און מזאל זיך צוזאמנעמען אום יום טוב פורים, און ביים יארצייט כ' אדר, און היטן אויף אלע תקנות, שיעורי תורה ברבים וכדו'.


מיט א באזונדערע התרגשות האט דער רבי שליט"א איינגעלאדנט דעם ציבור צום סעודת הודאה וואס ער האפט בעז"ה צו פראווען אין די נאנטע צוקומפט במקהלות עם רב.


קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן בשעת די טויזנטער חסידים האבן אינאיינעם געזינגען די ניגון 'כי בשמחה תצאון' ארויסבאגלייטנדיג דעם רבי'ן שליט"א לדרכו, שפתותיהם מרחשות תפילה דער רבי זאל פארן און צוריק קומען לחיים לשמחה ולשלום, און מ'זאל זיך ווידער זעהן מיטן רבי'ן שליט"א בבריאות השלימות, עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה נאך חצות הלילה ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט לעבעדיגע ניגונים.




Comments


bottom of page