top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחצר הקודש בעלזא: מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות לקראת די ימים הנוראים

זונטאג פ' נצבים וילך - י"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך נעכטן מוצאי שבת קודש צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף א ערשטמאליגער מעמד 'כוללות קוויטל', ווי די בחורי חמד האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א להפקד בדבר ישועה ורחמים. אום 11:00 אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען צום מעמד, איינע פון די עלטערע בחורים האט איבערגעגעבן די כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע טויזנטער בחורים, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, אחת שאלתי און הורינו ה' דרכך, בעת די רב האט געליינט דעם כוללות קוויטל. דאן האט מען געהערט דברים חוצבים להבות אש מפום ממלל רברבן די רב שליט"א, איבער דרגות אין תפילה אין תורה וואס יעדער בחור דארף שטרעבן אנצוקומען, אין מסיים געווען בברכות קדשו לרוב, נאך די דברות קודש האט מען געזינגען נאך עטליכע ניגונים כהכנה לימי הרחמים והרצון. נאך וואס די רב שליט"א האט פארלאזט דעם גרויסן שטוב האט נכדו הגדול הרה"ג ר' שלום רוקח פארטיילט בשליחות הוקדש די ספר מועדי קדשיך פאר די בחורים פון שיעור א' וואס זענען דעם אלול זמן אריין לערנען אין די ישיבות הקדושות אין ארץ ישראל.















Comments


bottom of page