דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בי יכתירו צדיקים! מיט פייערליכע רגשי נחמה האבן חסידי ביאלא יעצט פארמיטאג זיך געוואונטשן א הארציגע ברכת מזל טוב נאך די היסטארישע הכתרה פון פאר מקדושים הרה"צ רבי יצחק יוסף דוב ראבינאוויטש שליט"א אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל בעל 'מבשר טוב', לכהן תחת אביו בהנהגת העדה הקדושה און די פרעכטיגע נעץ פון קהלות ומוסדות ביאלא אומעטום.
די הכתרה איז אויסגערופן געווארן ביים מעמד נרגש "קיום בית צדיקים", אינעם ביהמ"ד הגדול ביאלא ירושלים, תיכף נאכדעם וואס די אבלים, האחים הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א האבן זיך אויפגעשטעלט פון די שבעה, וואו בנו בכורו פונעם רבין זצוק"ל הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש שליט"א אב"ד שערי מרדכי פרעסאוויטש מאנטשעסטער האט פארגעליינט די לענגערע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט ביי אים מפקיד געווען בשנת תשע"א, זיך דערנענטערנדיג לגבורות שמונים, און פארגעליינט פונדערינען אות באות בנוגע די המשכת העדה, כלשון קדשו:
"ממנה אני את בני מוהר"ר יצחק יוסף דוב שליט"א להנהיג העדה הקדושה, לאורך ימים ושנים טובות, ואני בטוח בעהי"ת, ובזכות אבותי הקדושים, שישפיע לכם ברוחניות ובגשמיות, ובכל הענינים לטובה. שהרי צריכים להעמיד איש על העדה, מי שראוי לזה, ויכול לסבול יסורים של הנהגה, והוא ב"ה ראוי לזה מכל הבחינות".
ווי נאר דער ציבור האט געהערט די ווערטער יוצאים מפורש, אזוי דייטליך און קלאר בלשון צדיק, וואו דער רבי זצ"ל דרוקט אויס עז רצון קדשו, האבן כולם כאחד באהבה ורצון מקבל מרות געווען פונעם נייעם רבי'ן, ברא כרעא דאבוה, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, מיט א הכנעה והתבטלות גמורה, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל.
דער ביאלא רבי שליט"א, הגה"צ רבי יצחק יוסף דוב שליט"א איז געווען דער פערטער זון ביים רבי'ן זצ"ל, ביי וועם ער איז אלע יארן געווען שטארק חביב, און גענאסן א קירבה יתירה, ווי עס איז כמה פעמים געקומען צום אויסדרוק ווי דער רבי באטראכט אים אלס פאסיגער ממשיך הדרך פון די שושילתא קדישא, מנהיג צו זיין די עדה הק' בדרך אבותיו הק' לצדיקי ביאלא אוזרוב, לעטנשענא, ביז ארויף צום יוד הק' פון פשיסחא זי"ע, פון וועם דער רבי ציט דעם יחוס בן אחר בן.
(בילד קרעדיט: לפי סעיף 27 א)
דער ביאלא רבי שליט"א איז געבוירן ביום י"ד טבת תשכ"ה אין געיטסהעיד, ענגלאנד, וואו דער רבי זצ"ל האט דאן געלערנט אינעם ארטיגן כולל. אין זיינע יונגע יארן האט דער רבי שליט"א נאך זוכה געווען להסתופף ביים גרויסן זיידן הרה"ק בעל חלקת יהושע פון ביאלא זצ"ל אין ארץ ישראל, וואו ער האט מקבל געווען מלוא חפניים תורה והדרכה טהורה.
אין זיינע שנות הבחרות איז דער רבי געשטיגן במעלות התורה ויראה אין די פאנעוויזשע ישיבה, זייענדיג פון די באליבטע תלמידים ביים ראש ישיבה הגאון רבי דוד פוברסקי זצ"ל. בשנת תשמ"ז האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית תליט"א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א. נאך די חתונה האט דער רבי קובע געווען זיין וואוינארט אין ירושלים, נעבן זיין שווער. בשנת תש"נ איז דער רבי צוריק וואוינען קיין לוגאנא, צו זיין נאנט מיט זיין מאמע ע"ה וואס איז דאן נישט-געזונט געווארן, און שפעטער בשנת תשנ"ה, נאך איר פטירה, צוריק וואוינען קיין ירושלים.
אין לוגאנו איז דער רבי שליט"א געווארן פארמישט אין עניני כשרות, אין וואס זיין פאטער דער רבי זצ"ל, וואס האט דארט משמש געווען ברבנות, האט אויפגעטון גדולות ונצורות, און דערצו האט פיל ארויסגעהאלפן בנו חביבו דער רבי שליט"א, און אפילו נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז צוריק קיין ירושלים, איז ער בשליחות אביו אפט אפגעפארן קיין לוגאנא משגיח צו זיין בעניני כשרות אין שטאט.
פאר צענדליגער יארן צוריק האט אים דער טאטע ז"ל ממנה געווען אלס רב ביהמ"ד ביאלא אין רמה א' אין בית שמש, וואס ער האט אויפגעשטעלט פאר בעלי תשובה, זיי מקרב צו זיין לאביהם שבשמים. דער רבי שליט"א האט אויפגעטון א וועלט מיט'ן אויפלעבן די פארלאשענע נשמות און זיי אויפהייבן לקל חי.
בשנת תש"ס ווען דער רבי זצ"ל האט אויפגעשטעלט די ביאלא קהלה אין אשדוד, האט ער ממנה געווען דעם רבי'ן שליט"א צו דינען אלס ראש הכולל אין די ארטיגע ניי-געגרינדעטע ביאלא כולל. ווי אויך האט דער רבי פאר לאנגע יארן געדינט אלס מרביץ תורה אין די בארימטע טשעכאנאווע ישיבה אין ירושלים, וואו ער איז געווען שטארק נערץ ביי אלע תלמידים.
במשך אלע יארן איז דער רבי שליט"א געשטאנען לימין אביו בהרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות ביאלא, און אפט מכתת רגליו געווען צו אויפטרייבן סכומים להחזקת המוסדות.
דער רבי איז א ת"ח עצום און ירא שמים מרובים, באקאנט מיט זיין אויסגערופענע עבודת התפלה מיט השתפכות הנפש, א גאון מידות טובות מיט א ווארעם הארץ און געפיל פאר יעדן דורש ומבקש, ווי דער רבי זצ"ל שרייבט אויף אים אין די צוואה: "ובני הגה"צ הוא ירא אלקים מנעוריו, ותפילתו תקובל בעבורכם לפני השם בעת הצורך. ובטוחני בעזהי"ת שישכיל בהנהגת העדה על דרך האמת הישר והטוב, ולפעול עבורכם כל צרכיכם ברוחניות ובגשמיות לטובה, ולהנחותכם בדרך אמת".
ווען דער רבי זצ"ל האט אויפגעשטעלט די ביאלא ישיבות אין שנת תשע"ו, איז דער רבי שליט"א געשטעלט געווארן דורכ'ן פאטער צו שטיין בראש פון די ישיבה נעץ, סיי די ישיבה גדולה אין אלעד און סיי די ישיבות קטנות אין צפת און בני ברק.
את אשר יאהב ה' יוכיח, האט דער רבי מיטגעמאכט שווערע מצבים און יסורים, פארלירנדיג רח"ל דריי קינדער, איין קינד נאך אלס פיצל קינד, און א צווייטע זון הילד אהרן דוד איז נפטר געווארן אלס קינד פון די ביטערע מחלה ל"ע, און דער זון אברהם משה איז נפטר געווארן בלויז לעצטן זומער, ו' אלול תשפ"ג דורכאויס א שפאציר אויף די שווייצע בערג. וואס דאס אלעס האט דער רבי מקבל געווען באהבה ודומי' און זיך מחזק געווען מיט די עבוה"ק מיט העכערע כוחות.
דער רבי שליט"א האט אויפגעשטעלט א בית מלא אורה וברכה, זייענדיג א מחותן מיט כ"ק האדמורי"ם מסערט וויזניץ, בוהוש, אלכסנדר, אונגוואר, שבט הלוי, קוזמיר און נאך.
למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל
Comments