top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוֹד שֶׁבַּהוֹד • אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה ביי רבבות ישראל ביים מעמד ההדלקה ל"ג בעומר אין קרית יואל

דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. קליין און י. שטיין


בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' אין דער שטאט קרית יואל וואס עיני כל ישראל אין אמעריקא אין קאנאדא קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו די גרויסע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף חסידי סאטמאר פון אלע מקומות, וואס זענען זיך צונויפגעקומען פון נאנט און ווייט, זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ריזן שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום.


נאכמיטאג תיכף נאך מנחה איז די רבי ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.


נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און געזאגט אז מען איז מתפלל אז די כח האש און די קדושת התורה פון רבי שמעון זאל אריינשיינען אין יעדע אידיש הארץ און מעורר זיין א חשק צו לימוד התורה טראץ די גרויסע נסיונות הזמן. דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז עס איז פארשטערט געווארן די שמחה באתרא קדישא מירון און די שמחה איז נישט כראוי ווי יעדע יאר, זעמיר אונז מתפלל אז עס זאל זיין חשוב פאר אים די צוזאמקומען דא מריחוק מקום אזא ריזיגע ציבור וואס פרייען זיך בשמחתו כאילו מען איז במקומו, און עס זאל אראפקומען אלע השפעות קדושות מען זאל זוכה זיין צו זען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות, זיסע פירות, און מען זאל ניצל ווערן פון יעדע צער און געהאלפן ווערן מיט רפואות, פרנסה, שידוכים, וימלא ה' כל משאלות לבנו לטובה. דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט ניגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטן, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט ברגשי הלב ובבכיות מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.


אינצווישן איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים גרויסן "מערכת האש" ווען דערביי איז דער ציבור ממשיך מיט ניגוני התעוררות ודביקות, און א לענגערע וויילע איז דער רבי שליט"א געשטאנען פארענט פון די מערכה מיט א דביקות נפלאה, זייענדיג מקדים א תפלה חרישית מיט אן התעוררות וואס האט יעדן מיטגעצויגן, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער זכות ההדלה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו און דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל פון זיין פאטער הגה"צ רבי חיים אלעזר ווייס אבד"ק חאמעלניק און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.


די רבי האט אנגעצינדן די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים. נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, ביז ארום 10:15 ווען דער רבי האט פארלאזט די מעמד און געוויזן ממשיך זיין מיט די ריקודין ביז ווען די ציבור האט זיך צושפרייט אנגעשעפט מיט פולע עמערס חיזוק און שמחה דקדושה, איז דער פילקעּפיגער ציבור זיך צעגאנגען מתוך התרוממות, האפענדיג צו האבן גע'ּפועל'ט ישועות ורפואות וכל טוב בזכותו פונעם תנא אלקי.
































































bottom of page