top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי בעלזא אין לאנדאן אונטער טיפע רושם נאך שיינעם באזוך דורך הרה"ג ר' דוד רוקח נכד האד' מבעלזא

פרייטאג פ' במדבר • א' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


חסידי בעלזא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט פרייד מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט הרב הגאון ר' דוד רוקח שליט"א נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז דעם פארגאנגענע וואך אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק בקרב הקהילה און די מוסדות וואו ער טוט כסדר שטיין בקשר לרומם קרן הקהילה.


פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג זענען פילע חברי הקהילה אין שפיץ פון די דיינים ומורי צדק ארויסגעפארן מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט אין די היטרו לופטפעלד, שפעטער ביינאכט נאך מעריב אין ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא, איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו וואו דער דיין הרה"ג ר' שלמה דוד קליין שליט"א דומ"ץ בעלזא לאנדאן האט מקבל פנים געוועהן די חשובע גאסט, און הרב דוד שליט"א האט אויפגעטראטן מיט א דרשה ארומרענדיג בשבח הקהילה והבית המדרש,און מען איז אריבער שלום נעמען. נאכן קבלת פנים האט ער זיך אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט ביים נייעם פראכטפולן מקוה וואס האלט שוין אין די לעצטע שטאפלען, און געהערט א דעטלירטע באריכט פון די עסקנים.


מיטוואך אינדערפרי איז הרב דוד אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין ביהמ"ד נחלת משה דחסידי בעלזא, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, פארמיטאג האט ער באזוכט אינעם בעלזא תלמוד תורה, ערשטנס ביי די יונגערע כיתות ווי די קינדער האבן מקבל פנים געווען די גאסט בשירה וזמרה, און דערנאך ביי די עלטערע כיתות, דאן האט הרב דוד ארומשפאצירט צווישן די כיתות און פארהערט די קינדער אויף די לימודים.


אין לויף פונעם טאג איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה אין די אפיסעס פון ארגון 'עולם החסד', א באזוך אינעם בעלזער חתונה זאל 'ישמח משה' זאל, און א באזוך אינעם נייעם סעמינאר געביידע ווי מען האט זיך ארומגעקוקט אין אלע שטאקן און קלאסן, און אפגעראטכן א מסיבת לחיים מיט די דיינים, מנהלים און עסקנים.


דאנערשטאג האט דער גאסט געדאווענט תפילת שחרית אין די ארטיגע ישיבה קטנה דחסידי בעלזא, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א בחינה פאר די תלמידי הישיבה, וואס הרב דוד האט מיטגעהאלטן און אליינס נושא ונותן געוועהן אין די לומדישע נושאים בריתחא דאורייתא, דערנאך האט ער איבערגעגעבן א שיינעם שמועס פאר די בחורים הכנה לקראת חג השבועות, און עס איז פארגעקומען א באזונדערע זיצונג מיט די צוות הישיבה. עס איז אויך פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה ביים פארברייטערטע פליגל פונעם ביהמ"ד אין די ישיבה.


נאכמיטאג האט ער באזוכט אין די כוללים דחסידי בעלזא וואו ער האט איבערגעגעבן שיעורים בהלכה אין די לימודי הכולל. אויך איז פארגעקומען א אסיפה מיט די ראשי ומנהלי הכוללים אין שטוב פון הנגיד ר' מרדכי דוד ראנד הי"ו מגדולי תומכי הכוללים,מעריב האט מען געדאווענט אינעם שטיבל פון די יונגערע אינגעלייט נאכגעפאלגט מיט א שבת אחים פארברענג לקראת שבת ביי וועלעכן די אינגעלייט האבן געהאט די געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות איבער פארשידנארטיגע הנהגות בקודש פנימה ביים רב שליט"א ווען הרב דוד האט געענפערט אויף די שאלות באגלייט מיט זעלטענע עובדות מלפני ולפנים.


פרייטאג האט הרב דוד געדאווענט שחרית מיט די ילדי התלמוד תורה פון די עלטערע כיתות, פארן דאווענען האט ער זיך ארומגעדרייט בין ספסלי דבי מדרשא בשעתן סדר לימוד, נאכן דאווענען און קבלת פנים איז מען אנגעקומען צום פלייש פאבריק אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם בעל האכסניא הנגיד ר' ברוך משה מאשקאוויטש, ווי הרב דוד האט קובע געווען א מזוזה און זיך אינטרעסירט איבער די כשרות און נאך.


אין לויף פון די וואך האט הרב דוד באזוכט ביי די רבני העיר: כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א, הגה"צ רבי יוסף פאדאווא ראש הדיינים ד'התאחדות קהילות החרדים און ביי די בעלזער דיינים: הרה"ג ר' בנימין עקשטיין שליט"א, און הרה"ג ר' שלמה דוד קליין שליט"א.


שב"ק איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענע פארנעם, וואס האט אריינגעברענגט הויפענעס חיזוק פאר אלע בני הקהילה. די תפילות זענען געוועהן איינגעטיילט אין די בתי מדרשים, פרייטאג צונאכטס האט דער גאסט אפגעראכטן די סעודת שבת מיט די תלמידי הישיבה קטנה אין די בעלזער זאל, שבת אינדערפרי ביים דאווענען אין ביהמ"ד המרכזי האט הרב דוד געבענטשט ראש חודש און צוגעגאנגען צום עמוד צו סוף. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לכבודו פונעם גאסט וואו ער האט משמיע געוועהן דברי תורה. די סעודת עתיקא קדישא איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די עסקנים ואישי ציבור פון אלע אפטיילונגען אין די קהילה און מוסדות. נאכמיטאג האט הרב דוד פארגעלערנט פרק אין די אברכים שטיבל, און אפגעראכטן שלש סעודות אין ביהמ''ד נחלת שלמה.


זונטאג אין די מיטאג שעה'ן איז הרב דוד אנגעקומען אויף א באזוך אין די גאלערס גרין געגענט וואו עס איז פארגעקומען א שיינעם מסיבת מרעים מיט די חסידים מתושבי המקום, פון דארט איז ער ארויסגעפארן אויף א באזוך אינעם נייעם בעלזער יישוב וועסטקליף וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים און דער גאסט האט דארט באזוכט אינעם נייעם בעלזער ישיבה קטנה וואס האט זיך געעפענט אויף דעם זמן הלימודים. באנאכט איז פארגעקומען די התוועדות המרכזית פאר די חסידים תושבי לאנדאן און די תלמידי הישיבה, וואו הרב דוד האט אויפגעטראטן מיטן צענטראלער דרשה און דער דבר השם ברמה און די שליחות פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דברי חיזוק בענינים העומדים על הפרק און הדרכה בחינוך הבנים והבנות. אויך איז פארגעקומען א רייע אסיפות מיט די עסקני הקהילה, גבאים פון די קבוצות, און די חברי וועד הקהילה, אלע האבן איבערגעגעבן לעבעדיגע גריסן מהנעשה והנשמע בין כותלי הקהילה והמוסדות.

























































Comments


bottom of page