זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
היינט זונטאג ממחרת יום הכיפורים איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריינגעפארן צו די איכילוב שפיטאל אין תל אביב וואו מען גרייט זיך יעצט אונטערצונעמען דעם ערשטן סעריע באהאנדלונגען, צו גענצליך עלימינירן די מחלה מיטן אויבערשטנס הילף. די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין שפיטאל איבער די וואך, אונטער די אויפזיכט פון הויכראנגיגע פראפעסארן, אויף יום טוב סוכות וועט די רבי שליט"א אהיימקומען קיין בני ברק און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אפרעכטן די תפילות און טישן ווי געווענדליך.
חסידי וויזניץ גרייט זיך מיט ערנסטקייט, מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס געזונט, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים. מטעם די קהילה ווערט אויסגעארבעט די זמני המנינים צו זאגן תהלים ברוב עם אויסצופועל'ן א גאנצע רפואה פארן רבי'ן, אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ בני ברק און אזוי אויך אינעם אוהל אדמור"י וויזניץ וועלן פארקומען נאכאנאנדע משמורות תהלים דורכאויס די טעג ביז יום טוב אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און אין אלע שטיבלעך און מוסדות התורה דחסידי ויזניץ איבער די גאנצע וועלט וועט מען מתפלל און מיט א כח הרבים איינרייסן פארן רבינ'ס געזונט, מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.
דעם ערב יום הקדוש ביים טיש לכבוד היום האט זיך דער רבי שליט"א באצויגן צו זיין מצב הבריאות, די רבי שליט"א האט געזאגט אז ער געפינט זיך ליידער אין די תקופה נישט בקו הבריאות און דארף דורכגיין באהנדלונגען. די רבי האט דערביי געבעטן פון די חסידים נישט אנצוזייען קיין פאניק, כאטש מען דארף מתפלל זיין אז אלעס זאל גיין כשורה מיטן אייבערשטינ'ס הילף. ליל יום הקדוש נאכן כל נדרי האט די רבי געבעטן פון די חסידים זיך פארצונעמען קבלות טובות נישט צו רעדן ביים דאווענען וואס וועט זיכער זיין לזכותו ולרפואתו.
Comments