top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן סעודת שלושים פון האד' מקאסוב זצ"ל בצל בנו הגדול האד' מקאסוב

פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם דינסטאג ביום השלושים לקבורה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, איז אינעם עיר התורה והחסידות לעיקוואד אפגעהאלטן געווארן א סעודת השלשים מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים אין שפיץ פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א, די סעודת שלושים איז געוועהן בשילוב מיט א סעודת סיום מסכת וואס איז געלערנט געווארן לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצוק"ל.


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, און באלד דערנאך פארגעזינגען יזכור אהבתם, עס איז דאן ערשינען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק ענד וויין שליט"א, מיט וועמען דער רבי שליט"א האט פארמירט א שיינע שמועס און דערנאך מכבד געווען דעם ראחמיסטריווקא'ער רבי'ן שליט"א מיט לחיים.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי תורה אויפברענגענדיג פתגמין קדישין מספרא דבית אבא, מיט דברי חיזוק פארן ציבור תלמידים ידידים וחסידים אנצוהאלטן דעם מורשה ביז משיח'ס טאג. עס האט דאן אויפגעטרעטן הרה"ג רבי צבי אלימלך הערשקאוויטש שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזענבורג אין לעיקוואוד, וועלכער האט אויפגעברענגט שיינע זכרונות מימי קדם ווען דער קאסוב'ער רבי זצ"ל האט זיך געקלאמערט במחיצתו הטהורה פון רבו המובהק זיין גרויסן זיידע פוסק הדור והדרו הגאון האדיר רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל אב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזענבורג, ביי וועמען ער האט גענאסן גרויס קירבה. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי פנחס ווינד שליט"א דומ"ץ בעלזא לעיקוואוד, וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה וואס דאס איז פאר גאנץ כלל ישראל, און ווי אזוי יעדער יחיד און יעדע קהלה שפירט אז זיי האבן פארלוירן א רועה און און א ידיד נאמן.


דאן איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א וועמען דער רבי שליט"א האט אויפגענומען בהדרת הכבוד, און דערביי געהייסן זינגען עטליכע ניגוני קודש לבית סקולען, און דערנאך האט דער סקולענער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ארויסברענגנדיג זיין איין אייגענעם קשר און הוראות והדרכות וואס ער האט מקבל געווען פונעם קאסוב'ער רבין זצ"ל, און דערביי גאר ווארעם אנגעוואונטשן פארן קאסוב'ער רבי'ן שליט"א און פאר גאנצן ציבור חסידים הנאספים.


אויפן אויבן אהן האבן זיך אויך אנגעזעהן צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד שליט"א, הרה"ג רבי משה שמעון וואזנער שליט"א רב דקהל שאטוי פארק לעיקוואוד, א שוואגער פון קאסובער רבי'ן זצוק"ל, און נאך. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אב"ד קאסוב לעיקוואוד, און דער גאנצער ציבור איז אריבער זיך וואונטשן לחיים ביים רבי'ן שליט"א.






















Comentarios


bottom of page