top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הכתרה והתמנות פון בארימטע גדולי ישראל אלס רבני "ועד לפיקוח סת"ם" שע"י התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא

מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם פארלאפענעם דינסטאג תולדות איז פארגעקומען אן אסיפה און "מעמד התמנות הרבנים" אינעם לשכת הבי"ד פון "התאחדות הרבנים" דארה"ב וקנדא, ביי וועלכן מען האָט געגרינדעט און ממנה געווען די רבנים אינעם נייעם ספּעציעלן "ועד לפיקוח סת"ם" שע"י מערכת הכשרות פון התאחדות הרבנים.


דער דורכברוך פון דעם נייעם ועד לפיקוח סת"ם איז גאָר פריידיג ווען עס ווערט צום ערשטן מאָל געעפנט אַן אומאפהענגיגער ועד אויף עניני סת"ם, אַ פעלד אין וואָס עס הערשט אַ שטאַרקער חלל, און אַצינד אַז עס ווערט געגרינדעט אַ ועד אויף דעם ענין, מיט די שטרענגע השגחה פונעם מערכת הכשרות שע"י "התאחדות הרבנים" צו איינפעדעמען דער נחיצות און זהירות צו קויפן צרכי סת"ם בלויז מיט א פארלעסליכן הכשר.


בפרט אַז עס איז געלונגען צו צוזאַמברענגען א צאל חשובע גדולי ישראל זאלן דינען אַלס ראשי הועד און שטיין בראש הועד. די רבנים וועמען מען האָט ממנה געווען צו שטיין אין שפּיץ פון די נייע לשכה זענען: הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"ץ סאַטמאַר; הגאון הצדיק רבי בנימין לאָנדאָ שליט"א דומ"ץ טאָהש באָראָ פּאַרק; הגאון הצדיק רבי אברהם הערש וואָזנער שליט"א אב"דסאַטמאַר מאָנסי. דריי גאונים מופלגים וואָס יעדע פון זיי איז פקיעא שמם אין די גאַנצע וועלט מיט זייער געוואַלדיגע עקספּערטיז אין דעם פעלד.


די רבנים שליט"א וועלן שטיין בראש צו פאַרזיכערן קדושת הסת"ם און אַרויפברענגען דער זהירות אין דעם ענין צו די העכסטע שטאַפּלען. אַלעס אונטער דעם ועד וועט געטון ווערן אונטער זייער שטרענגע פּיקוח און אַלעס וועט געפירט ווערן מיט זייער קלאָרע דעת תורה.


אתם עמם זענען אויך נתמנה געוואָרן הגאון רבי זושא כ"ץ שליט"א מו"ץ בקיט"ל סאַטמאַר אין וויליאַמסבורג און הגאון רבי יואל גוטמאַן שליט"א מו"ץ בקיט"ל סאַטמאַר קרית יואל, וועלכע זענען ביידע אויסגערופענע מורי הוראה וואָס פּסק'נען שוין יאָרן אין סת"ם און צוזאַמען וועלן די אַלע רבנים שטיין על משמרת הסת"ם און געבן זייער הדרכה און הוראה אויף אַלעס אַנבאַלאַנגט דעם פעלד פון סת"ם.


דער יעצטיגער מעמד קומט נאָך אַריבער אַ יאָר צייט ווען די רבני התאחדות הרבנים זענען זיך צוזאמגעקומען אויף אַ וויכטיגע אסיפה אינעם לשכת בי"ד התאחדות הרבנים, ביי וועלכן עס איז אויפגעברענגט געוואָרן די שרעקליכע מכשולות וואָס גייט ליידער פאָר אין דעם ענין פון סת"ם. עס איז דאן געהערט געווארן די עדות פון סופרים און עוסקים בתחום הסת"ם, און עס איז באַשלאָסן געוואָרן אַז עס ווערט געעפנט דער ועד לפיקוח פונעם מערכת הכשרות פון וואו עס וועט אַרויסגיין די קלאָרע הוראות אויף למעשה און די שטרענגע השגחה אויף אַלע עניני סת"ם.


די אסיפה איז געעפנט געווארן דורך הרב ליפא קליין שליט"א יו"ר מערכת הכשרות וועלכער האָט אַרויסגעברענגט די שווערע מכשולות און הזנחות וואס האבן זיך שוין ליידער געמאַכט אין דעם פעלד און די שריט וואָס ווערט אונטערגענומען דורך דעם מערכת הכשרות. דאן האבן אויפגעטרעטן הרה"ג רבי זושא כ"ץ שליט"א מרבני הועד ומו"ץ בקיט"ל סאַטמאַר אין וויליאַמסבורג.


דערנאך האט מען געהערט ווערטער פון הגאון הצדיק רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק מרבני הועד, און דערנאך א לענגערע דרשה פון הגאון הצדיק רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי.


צום שלוס האָט אויפגעטרעטן הגאון רבי יואל גוטמאַן שליט"א מו"ץ בקיט"ל סאטמאר קרית יואל וועלכער האָט ערקלערט דעם פּונקטליכן סדר און טעכנישע דעטאלן וויאַזוי עס וועט אַרבעטן די השגחה, אז די סופרים וועלן באַקומען סמיכה נאָכן ערהאַלטן דעם אישור מטעם די רבני הועד, און איבער דעם אַז יעדע פּראָדוקט פון סת"ם וועט ערהאַלטן אַ ספּעציעלן "האלאגראם" וואָס וועט פאַרזיכערן אַז דער פּראָדוקט איז כשר לכל המהדרין.


דערנאך האט מען א לענגערע צייט דיסקוסירט צווישן די רבנים שליט"א פאַרשידענע שאלות און און ענינים העומדים על הפּרק אין דעם פעלד פון סת"ם. די אסיפה איז געשלאָסן געוואָרן מיט אַ געמיינזאַמע באַשלוס דורך די רבנים צו ברענגען די ריכטיגע רעוואלוציע אין דעם פעלד און בס"ד ברענגען אַ דורכברוך אין די אידישע וועלט מיט די נייע תיקונים ובעיקר אז סיי וועלכע צרכי סת"ם וועט מען אנהייבן קויפן מיט א פארלעסליכן הכשר פונקט ווי עס איז איינגעפירט ווען מען קויפט סיי וועלכע עסנווארג.



Comments


bottom of page