דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN
די וואך מאנטאג איז געפראוועט געווארן די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל, אין שפיץ פונעם גרויסן זיידן די סאטמארער רבי שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת בר מצוה, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער בעל שמחה הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, דער בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל, און דער רבי האט געזאגט תורה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור.
Comments