מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מב"ד - JDN
דער חרדישע יישוב קרית יטב לב - בלומענבערג – האט דעם שב"ק געהאט צו גאסט כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן נאך די בקשה פון די תושבי העיר וועלכע זענען געווען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א אויף שבת.
שוין פון ערב שב"ק האט זיך אנגעזעהן די צענדליגע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן פון די ארומיגע קאנטרי'ס און פון שטאט מיטצוהאלטן דעם שיינעם שבת בצל הקודש נאכדעם וואס יאר יערליך האט מען געהאט די זכי' צו זיין בצל הקודש פונעם סקולענער רבין שליט"א לרפואה שלימה, צווישן אנדערע האבן זיך אויך אנגעזעהן די גבאים ומשמשים פון סקולענער רבי'ן שליט"א און מערערע בנן של קדושים נכדי הרה"ק מסקולען זצק"ל.
די תפילות און טישן זענען פארגעקומען במשך דעם שב"ק און מוצאי שב"ק אינעם זאל פון עטרת פעסיל לאה אין שטאט. עס איז אויפגעשטעלט געווארן הויכע פארענטשטעס צו קענען פלאצירן די הונדערטער בחורי חמד פון איבעראל וועלכע זענען געקומען צופארן אויף שבת.
ליל שב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען און צוגעשיקט מחותנו הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף סיגוט וויליאמסבורג צו תפילת מנחה וועלכער האט פארגעדאווענט א ווארעמע דאווענען בנוסח קרעטשניף. דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו קבלת שבת און מעריב מיט גרויס נעימות.
בערך צוועלף אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור און געזונגען די ניגוני סקולען ביז קידוש. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן די רבני העיר, דומ"ץ קהל יטב לב, אב"ד העלישוי, אב"ד קרעטשניף סיגעט, אבד"ק אשוי, אב"ד נאדבורנא און נאך. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען שלחנו הטהור מיטן סקולענער ברען, און געזונגען ניגוני שמחה לכבוד שבת נחמו. מען האט גענדיגט דעם טיש קרוב צו דריי אזייגער ווען די תושבי העיר האבן באגלייט דעם רבין שליט"א ביז צו דער אכסני'.
ביום שב"ק איז ער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום עלעף אזייגער ווי מען האט געדאווענט א ווארעמע תפילת שחרית מיט התרוממות הנפש. דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט תפילת מוסף פארן עמוד. דערנאך ממשיך געווען מיטן קידושא רבה כנהוג. צו שלש סעודות האט זיך פארזאמלט א שיינער ציבור ווי מען האט געהערט דברות קודש משולב מיט דברי מוסר. מען האט ממשיך געווען מיט תפילת מעריב און הבדלה. מען האט גענדיגט ארום עלעף דרייסיג.
במוצאי יום גילה ארום צוועלף דרייסיג איז דער רבי שליט"א ערשינען צום סעודת הודאה מלוה מלכה לכבוד מוצאי שבת נחמו, ווען די הייליגע סקולענער רבי'ס זענען באפרייט געווארן פון די רומענישע טורמעס. ווי נאר דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל האט מען אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ 'חסדי ה', 'נחמו עמי' און דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום מלוה מלכה. עס האבן זיך אנגעזעהן די פילע רבינים ואדמורי"ם וועלכע זענען געקומען צופארן פון די קאנטרי'ס. כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, הרבנים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, הגה"צ רבי איציקל רייך אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, די קינדער פון הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א, די אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש און נאך.
די משוררים האבן פארגעזונגען די זמירות פון מוצאי שבת, בפרט ביי 'איש תשבי' וווי דער רבי שליט"א האט פארגעזונגען מיט די הייליגע סקולענע מאדאליע. דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט א לענגערע דברות קודש ווי ער האט מעורר געווען וועגן עניני תפילה, מדות טובות, און פרישות פון די טמא'נע כלים.
עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט ווען דער רבין שליט"א האט פארגעזונגען די ניגוני הודאה אודה ה', און אודך ה' בכל לבבי. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין די ריקודין להודות ולהלל בשבח והודאה.
עס איז שוין געווען פיר איזייגע פארטאגס ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון און געטאנצן 'ונשגב' וואו עס איז איינגעפירט אין סקולען מידי שבוע ושבוע.
Comments