דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד
דעם מאנטאג האט זיך געשלאסן די געהויבענער מסע הקודש פון כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ניו יארק, מיטן גייסטרייכן באזוך פון רבי'ן שליט"א בקרב קהילתו אין בארא פארק זייענדיג אונטערוועגנס צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל.
דער רבי האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו קומען אויף א באזוך קיין בארא פארק, כדי מחזק צו זיין קהל חסידיו אין שטאט, וועלכע האבן מיט בלוט און שווייס אוועקגעשטעלט אן אייגענעם ביהמ"ד, אפקויפענדיג א דריי שטאקיגע בנין רחבת ידים אין צענטער פון שטאט, ווען אויפן ערשטן שטאק געפונט זיך די היכל הביהמ"ד, אויפן צווייטן שטאק די עזרת נשים, און אויפן דריטן שטאק וועט זיין די דירה פונעם רב הקהלה הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א. אין די זעלבע צייט קומען פאהר ווייטערדיגע פארשריט פילפאכיג צו פארגרעסערן דעם היכל הביהמ"ד לארכה לרחבה און פארוואנדלען דעם אונטערשטן שטאק אלס 'היכל התורה' אין צוגאב צו א 'מקוה טהרה'.
דער רבי איז געקומען צו פארן פון קרית יואל קיין בארא פארק, מיט א ספעציעלע 'מאביל' וועלכע פארמאגט מערערע איינריכטונגען פאר די הרחבת הדעת פונעם רבי'ן שליט"א. אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנג 'אשרי העם שככה לו', אבער ביים רבי'ן איז באפאלן א שטארקע חולשה און מ'האט געמוזט באהעפטן דעם רבי'ן צו 'אקסעדזשען' נאך קאמפליקאציעס מיטן אטעם. נאך בערך א האלבע שעה איז דער רבי עטוואס צוריקגעקומען צו די כוחות און איז ערשינען אין ביהמ"ד צו מנחה.
נאך מנחה האט דער רבי קובע געווען מזוזות ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך אריינגעלייגט א שטיין אלס 'אבן הפינה' פאר די פארברייטערונג פונעם ביהמ"ד בקרוב הימים, ווי עס איז די פלאן צו פארדאפלען דעם ביהמ"ד פונעם איצטיגן מאס. נאכן 'אבן הפינה' איז דער רבי צוריק אריין בחדר קדשו און אויפגענומען עטליכע נגידים בעם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סכומים לטובת די ביהמ"ד. דערנאך איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד, וועלכע איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטראטן המחנך הרב שמעון גרין שליט"א וועלכע האט אויפגערופן הנגיד ר' שמואל הורוויץ הי"ו יושב ראש וועד קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין ירושלים.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די זכיה וואס אונזער דור איז באשאנקען געווארן מיט רבי'ן שליט"א וועלכע איז אן 'אור' וואס באשיינט די וועלט. דערנאך האט אויפגעטראטן דער רב פון די קהלה דעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט אז טראצדעם וואס מ'האט שוין געפייערט די חנוכת הבית פאר דעם ביהמ"ד מיט א יאר צוריק, אבער יעצט אז דער רבי האט עס מחנך געווען, הייסט עס שוין א נייע חנוכת הבית.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן קורצע דברי ברכה פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיט א מרוגש'דיגע קול געוואונטשן אלע עוסקים ומסייעים וכל הקהל הקודש.
פון בארא פארק איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד, ווען אויפן רבינ'ס פליגער קיין ארץ ישראל איז מיטגעפארן דער בארימטער הארץ דאקטער פראפעסער גאלדמאן פון די מאונט סיני שפיטאל, וועלכע האט אבאכט געגעבן אויפן רבי'ן דורכאויס די גאנצע נסיעה.
די הרגשים ביי חסידי תולדות אברהם יצחק זענען אומבאשרייבליך, נאכן זוכה זיין מיטצולעבן אזעלכע לעכטיגע דריי וואכן בצילא דמהימנותא עילאה און וועט שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די חסידים אלס ימי אורה און היסטארישע טעג בקורות דברי הימים פון ק"ק תולדות אברהם יצחק.
Comments