זונטאג פ' בחוקותי - ל"ג בעומר • י"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט גרויס כבוד און עהרע האבן הונדערטער חסידי ויזניץ דעם ליל שישי מקבל געווען פני כבודו פונעם געהוינבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א בבואו לחון את פני העיר, אנקומענדיג אויפן ביקור המרומם 'מלך במלוכה' אין שטאט אשדוד.
פארנאכטס איז די שיירת הכבוד פונעם רבי'ן שליט"א ארויסגעפארן מיט פאליצייאישע באגלייטונג כראוי וכיאות לכבודו של מלכות. אנקומענדיג אויף די רשב"י גאס אינעם חרדישן רובע ז' געגענט האבן אפגעווארט הונדערטער חסידים יונג און אלט מלובש בבגי שבת, אויסגע'שורהט פון ביידע זייטן, און האבן געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די גרויסע חגיגה. ביי רחוב רבי טרפון האבן אפגעווארט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה, אלע קינדער האבן געהאלטן שיינע פענער אין די האנט צו באגריסן דעם גרויסן גאסט.
אנקומענדיג צום זאל אין די גרויסער גערער סעמינאר האבן די הונדערטער חסידים און תושבי העיר פארנימען זייערע ערטער אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס, א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען אין זאל און ארויף אויף א הויכע פלאטפארמע וואס איז געווארן ספעציעל אויפגעשטעלט פאר דעם מעמד, וואו די רבי האט געדאווענט מעריב אין געציילט ספירה בהתעוררות רב. דאן איז געוועהן א געלעגנהייט פאר עמך אידן און תושבי העיר שלום צו נעמען, וואו א ריזן ציבור האט זיך געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין אל מול פני הקודש.
נאכן מעמד קבלת פנים איז די רבי שליט"א ארויף באזוכן נאך עטליכע אדמורי"ם ורבנים אין שטאט, האדמור"ים מטשארנאביל, טאלנא, שומרי אמונים און הרה"ג רבי הערשל וויזניצער דומ"ץ חסידי וויז'ניץ אין אשדוד.
Commentaires