top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען אהיימגעקומען פון שפיטאל; טיילווייזע "שפיטאל צימער" איינגעריכטעט בביתו נאוה קודש

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפו"ש, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען די גינסטיגע אנטוויקלונג, אז די רבי שליט"א איז ברוך אויפן וועג אהיים פון שפיטאל, נאכדעם וואס דער מצב גייט ב"ה צו בעסערונג.


עס איז ערמעגליכט געווארן צו אהערשטעלן א טיילווייזע "שפיטאל צימער" בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואו דער רבי וועט ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים, נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א חשש אז דער רבי קען אנגעשטעקט ווערן מיט אינפעקציעס אלס אויסווירקונג פון זיך געפינען צווישן די גרויסע שפיטאל ווענט.


די רבי שליט"א איז נאך גאר שוואך און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל, צוריק צו קומען לאיתו הראשון בבריאות השלימות, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.



תגובות


bottom of page