top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא בחצר הקודש באבוב-45 אפגעצייכנט ברגשי געגועין וכיסופין

מאנטאג פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי

 

מיט א רגש קודש האבן אלפי חסידי באבוב אפגעראכטן דעם געהויבענעם טאג ראש חודש אב, די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מבאבוב זי"ע, וואס איז אויך דאס יאהר אפגעראכטן געווארן בהתרוממות עילאה מבואו ועד צאתו דורך נכדו חביבו כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


זונטאג נאכט בליל ההילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם, פאר מעריב האט די רבי געצינדן ליכט לכבוד די יארצייט, נאך מעריב האט די רבי אויפגענימען די חסידים בפתקי דרחמי לרגל האי יומא רבה פאר קרוב צו צוויי שעה.


מיטוואך ר"ח אב אינדערפרי בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ווי עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי הישיבה קטנה און די אברכי הכולל, די רבי שליט"א האט געדאווענט הלל פארן עמוד און צוגעשיקט צו מוסף בנו הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א, נאכן דאווענען האט די רבי ווייטער אויפגענימען די חסידים מיט קוויטלעך א לענגערע וויילע.


נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים ותלמידי הישיבות הקדושות, אינעם אוהל הק' האבן זיך אריינגעשטופט הונדערטער חסידים מקצה אל קצה, די רבי האט פארגעזאגט די ח"י קאפיטלעך תהילים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש און דערנאך די יהי רצון מיט גרויסע בכיות.  דערנאך האט די רבי גענימען קוויטלעך פון די חסידים און אויך געליינט די קוויטלעך וואס די חסידים האבן אריינגעברענגט אין די טעג בעפאר די יארצייט, די רבי האט געליינט די קוויטלעך פאר קרוב צו צוויי שעה.


לעת ערב איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול צו תפילת מנחה און דערנאך אריינגעקומען צום סעודת הילולא וסיום הש''ס אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק. נאכן זיך וואשן צום סעודת הילולא האט הגה"צ אבד"ק באבוב-45 געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די קהלה לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און די רבי האט אנגעהויבן מסכת ברכות פון דאסניי. בשעתן שולחן הטהור האט מען געזינגען פילע ניגונים מבית מדרשו של רבי, די רבי האט געשיקט שיריים פאר די משמשים בקודש פונעם בעל הילולא, און אזוי אויך נכדי בעל ההילולא אויפן אויבן אן, אויך האבן זיך אנגעזעהן ביים טיש פילע רבני ודייני בארא פארק.


צום הויעכפונקט האט די רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש, במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, די רבי האט משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעט אינעם ענין פון די עבודה פון הכנה צו א מצווה וואס די זיידע איז געווען שטארק דבוק און מקושר דערין, בפרט לערנען כהכנה לתפילה, באגלייט מיט פילע סיפורים ועובדות איבער זיין עבודה רבה פון הכנה צו יעדע דבר מצווה, די רבי האט אויסגעפירט אז אידן דארפן היינט אסאך ישועות און רפואות, און דערמאנט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס איז אנגעוואנדן אויף א גרויסע רפואה, אויך האט די רבי דערמאנט די שווערע מצב הפרנסה אין אמעריקא, און געוואונטשן אז יעדער זאל מצליח זיין אין פרנסה וואס וועט אויך צוברענגען א הצלחה אין די מוסדות הקדושים, און דערמאנט די צוויי פראיעקטן וואס מען בויעט יעצט אין בארא פארק, די נייע בנין ביהמ"ד הגדול, און די נייע בנין המתיבתא אויף די 37'סטע גאס. די רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און די גאנצע עולם איז דורך באקומען כוס של ברכה און וואונטשן לחיים וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט. 


לרגל די היי יאריגע הילולא איז ערשינען לאור עולם די ספר 'ויספר שלמה' חלק ב' ארויסגעגעבן דורך מערכת בית צדיקים, וואס אנטהאלט עובדות קודש וואס די בעל הילולא האט דערציילט ביי די סעודות מלווה מלכה. ווי יאר יערליך איז ביים טיש פארגעקומען די מגבית לטובת דער קופת הצדקה 'מלבושי כבוד' וואס ווערט געפירט דורך הרה"צ ר' יחזקאל אונגער שליט"א א זוהן פון רבי'ן און פארטיילט שווערע טויזענטער דאלארן פאר די חסידים צו קענען איינקויפן מלבושים בעת שמחתם.





















































Comments


bottom of page