מיטוואך פ' נצבים וילך - כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
נעכטן דינסטאג נאכט האט דער ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס באזוכט בבתי האדמור''ים שליט''א אין שטאט בארא פארק ביי כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אין ביי כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א לרגל דעם נייעם יאהר, וואו דער מעיאר איז ענטפאנגען געווארן בכבוד הראוי זייענדיג א נאנטע פריינט צום היימישן ציבור, אין בפרט אין די לעצטע תקופה ווען די מוסדות החינוך אין ניו יארק זענען געקומען אונטער א מאכטפולע אטאקע האט זיך עדעמס ארויסגעשטעלט אן קיין פחד און מורא אויף דער זייט פונעם יהדות החרדית.
דער מעיאר איז ערשטנס אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר ממונאקטש שליט''א מזרני האדמור''ים אין בארא פארק, אין באגלייטונג פון זיין אידישער געהילף ר' יואל אייזדארפער אין א דעלעגאציע עסקנים אין כלל טוהער, דער מעיאר האט זיך באדאנקט פארן מונקאטש'ער רב שליט"א פאר זיין ווארימע ברכה ביי די פארלאפענע וואלן, זאגענדיג אז ביי די פריערדיגע וואלן האבן זיינע פאולס געהאלטן זייער שוואך, אבער נאכן ערהאלטן די ברכה פונעם רב שליט"א האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן צום גוטן ביז ער איז פאקטיש ערוועלט געווארן אלס מעיאר פון ניו יורק. דער רב האט רעאגירט אז ער האט הנאה אז מען טוט זיך באדאנקען, ווייל געווענליך קומען די פאלאטישענס ארויף איידער די וואלן כדי צו באקומען זיין שטיצע אבער טון זיך נישט נאכדעם באדאנקען דערפאר. דערביי האט דער רב ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יורק און ווי וויכטיג עס איז די ריינע אידישע חינוך פאר אונזערע קינדער און דער מעיאר האט פאשפראכן צו טון אלעס וואס מעגליך אפצושלאגן די ביטערע גזירה. און געווינטשן פיל הצלחה צו זיין אמט, צו שטיין אין שפיץ פון אזא גרויסע שטאט ווי ניו יארק, והקב"ה יטה לב המלכות עלינו לטובה ולברכה.
פון דארט איז די מעיאר אנגעקומען למעון הקודש פון כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א, וואו עס זענען אויך געוועהן אנוועזנד די פאלטישע פארטייער אין עסקני ק''ק באבוב 45, בעפאר דער באזוך האבן די עסקנים צוגעוויזן דעם מעיאר די בוי ארבעט ביים בנין ביהמ''ד הגדול. שפעטער ביים אויפנאמע האט דעם רבינס זוהן הרה''צ רבי יחזקאל אונגער אויפגענימען דעם מעיאר אין זייענדיג בעובי הקורה פון דער אויפבוי פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש האט ער זיך באדאנקט פארן מעיאר פאר זיין כסדר'דיגע שטיצע אין הילף פאר דעם פראיעקט אין אנדערע אונטערנעמונגען אין די קהילה. דאן האט דער מנהל איחוד המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע אקטיוויטעטן אינערהאלב די חינוך אימפעריע פון די מוסדות אין די בוי פראיעקטן לענגאויס די שטאט אויפצובויען פרישע בנינים פארן געברויך פון די מוסדות אין דעבריי זיך באדאנקט פארן מעיאר פאר זיין הילף בעבר בהווה ובעתיד.
דער מעיאר האט געבעטן פונעם רבי'ן שליט''א ער זאל איהם אינזינען האבן אין פארשפראכן ארויסצוהעלפן ווייטער די קהילה אין שטיין צו הילף למען עתיד חינוך הטהור אינערהאלב די מוסדות החינוך אין ניו יארק, אז דער אידישער ציבור זאל קענען געבן א אייגענעם חינוך גענוי ווי אלע יארן ביז אהער.
Comments