top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישרא"ל • האד' מוויזניץ דיאגניזירט אויף לייכטע אופן; וועט אנהייבן סעריע באהאנדלונגען אין נאנטע טעג

זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ויזעקו אל השם בצר להם


כלל ישראל איז איינגעהילט אין זארג מיטן ערהאלטן די בשורה, אז דער רבן ומאורן של ישראל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע מחלה ל"ע און וועט מוזן דורכגיין א סעריע לייכטע באהאנדלונגען אין די נאנטע טעג.


דער רבי שליט"א וועלכער איז געוועהן שטארק אפגעשוואכט די לעצטע פאר טעג, איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש מיט אן עזות דקדושה טראץ זיין שוואכקייט בפרט יום טוב ראש השנה וואס די רבי האט אפגעראכטן כמימים ימימה, היינט נאכמיטאג איז אבער צוריקגעקומען די תוצאות פון די טעסטס וואס מען האט דורכעפירט בעפאר יום טוב און ווי עס שיינט וועט די רבי שליט"א מוזן באלד אנהייבן א רונדע באהאנדלונגען אין שפיטאל אין לויף פון די קומענדיגע תקופה.


אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשיקט געווארן פאר די חסידים דורכן משמש הקודש הרב שאול גרינבערגער טוט ער איינמעלדן די חסידים איבער די באהאנדלונגען וואס די רבי וועט דארפן דורכגיין, וואו ער האט איבערגעגעבן וועט די רבי אנגיין ווייטער מיט זיין טעגליכע סדר היום, און קיין שינוי.


כלל ישראל רייסט איין וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, דער רבי זאל זיך שנעל ערהוילן און צוריקקומען צו די כוחות, מען זאל נאר הערן בשורות טובות, און קענען ווייטער נהנה זיין פונעם מאור הגדול די רבי שליט"א רבות בשנים.


והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.

Comments


bottom of page