top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית טאהש גרייט זיך אויפצונעמען טויזנטער אידן לרגל "שבת הילולא" פון הרה"ק מטאהש זצוק"ל ז"ך אב

דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

די הייליגע חסידישע שטעטל "קרית טאהש" יע"א ווירבעלט און קאכט זיך מיט הכנות. איבעראל דערקענט זיך דער ברען צום גרויסן יומא דהילולא קדישא, די ניינטע יודהל"ק פון עמוד צלותהון דבית ישראל דער הייליגער טאהשער רבי זי"ע, דער שריד צדיקי קמאי צו וואס אונזער דור האט זוכה געווען. די יומא דהילולא קדישא געפאלט אויס דעם קומענדיגן ז"ך אב, שבת קודש פרשת ראה הבעל"ט. 


די יומא דהילולא טוט פון פריש אויפוועקן די געפילן און בענקשאפט ביי די פילע טויזענטער וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין מקושר לאילנא דחיי בחיים חיותו, און אזוי אויך ביי פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן נאר געהאט די זכיה צו נהנה זיין מפי השמועה און לערנען די הייליגע ספרים "עבודת עבודה" וועלכע ער האט איבערגעלאזט א ירושה לדורות. די עסקנים אין קרית טאהש גרייטן זיך אויפצונעמען די פלייץ פון טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן קומען צו פארן פוקד זיין דעם ציון הקדוש אין די טעג ארום די הילולא. די הנהלת הקהלה און עסקנים אין שטעטל טוען פיבערן מיט הכנות און פעולות וויאזוי צו זיכער מאכן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.


אזויווי היי יאהר געפאלט די יומא דהילולא אום שבת קודש פר' ראה הבעל"ט, ווערט ערווארטעט א ריזיגער ציבור וועלכער וועלן וויילן דעם "שבת הילולא" במחיצתו של אותו צדיק, ובצל קדשו פון בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. ספעציעלע אקטיווע עסקנים זענען איינגעשפאנט צוצורישן אלע נויטיגע הכנות צו אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור חסידים ואנשי מעשה בכבוד הראוי, וועלכע וועלן פראווען דעם שבת הילולא אין די שטאט "קרית טאהש" במקום מנוחתו בקודש, ואל מקומו שואף זורח דאס הייליגע שטאט וואו דער צדיק האט געדינט דעם בוכ"ע מיט די למעלה מדרך הטבע'דיגע עבודת עבודה העכער פופציג יאהר, און משפיע געווען פאר אידישע קינדער די מחסורם, און אזוי ארום זיך אנשעפן ממעיני הישועה בעצם יומא דהילולא. במשך דעם שבת וועלן געהערט ווערן דרשות במשנתו של בעל הילולא. און בעת די טישן פון טאהשער רבי'ן שליט"א וועט דער רבי מעלה זיין זכרונו הבהיר פון אביו הקדוש זי"ע לדעת המעשה אשר יעשון.


מוצאי שבת קודש וועט פארקומען דער דערהויבענער שלחן הטהור סעודה הילולא וסיום הש"ס אין בית המדרש הגדול אין קרית טאהש, וואו עס וועט זיין ספעציעל צוגעגרייט גענוג פלעצער און א סעודה ביד רחבה פארן ציבור. בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט פירן טיש, מסיים זיין ש"ס און דערנאך אויפטרעטן מיט דברות קודש והדרכה.


"חברה קדישא" דקהל אור החיים ד'טאהש האט צוגעשטעלט ספעציעלע צייטן פאר די חשובע פרויען צוצוגיין צום ציון הקדוש מתפלל צו זיין. אנגעהויבן פון דאנערשטאג צופרי משעה 10:00 ביז 6:00 נאכמיטאג קענען בלויז נשים ארויפגיין אין גאנצן שטח בית החיים. אויך פרייטאג נאכמיטאג פון 5:00 ביזן זמן הדלקת הנרות. ביז דאנערשטאג צופרי 9:00 אזייגער און פון זונטאג פון 7:00 און ווייטער, וועט דער ציון הקדוש זיין אפן געהעריג ווי א גאנץ יאהר פאר אנשים ונשים צוגלייך. די זמנים ווערן געהאלטן זיער שטרענג צוליב די קדושת המקום כי נורא היא. אויך ווערט שטארק אויפגעפאדערט אז די נשים זאלן ספעציעל אכטונג געבן אנצוהאלטן די גדרי הקדושה והצניעות ווי עס פאסט זיך ביי אזא הייליגע מקום קיבול תפילות.


אין די טעג פון די הילולא, וועט זיין צוגעשטעלט געשמאקע סעודות פאר די געסט, פרישטאג'ס מיטאג'ס און נאכטמאהל'ס כסדר'דיגע איבערבייס און צידה לדרך, אינעם היכל השולחנות אויף רחוב בית הלוי. צו רעזערווירן אש"ל אין די בניני הישיבות פאר בלויז 20 דאלער, רופט ועד האש"ל 5145826380. צו רעזערווירן א פלאץ אויף די באסעס, צו די דערהויבענע "שבת הילולא", ביטע פארבינדט אייך מיט לאנדא'ס באסעס אויף .3476899964.









Comments


bottom of page