top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערפרישונג ארבעט ביים אהל הקדוש פון צדיקי בית פשעווארסק אויפן בית החיים אין פיטע האלאנד

דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין די טעג איז אונטערגענימען געווארן העפטיגע רענאוואציע ארבעט ביים אהל הקדוש פון צדיקי בית פשעווארסק אויפן בית החיים דקהל מחזיקי הדת אין פיטטע האללאנד נאך גאנצע 25 יאהר זינט דאס לעצטע מאל וואס מען האט איבערגעפרישט דעם אהל הק' נאך די הסתלקות פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע. אלס דער גרעסערער טייל פונעם רענאווירונג פראיעקט בנדבת לבו פון הנגיד ר' בנציון זיכערמאן ני"ו מחשובי חסידי פשעווארסק - איז דער אהל הקדוש, מקום מנוחת קדשם פון הרה"ק רבי איציקל און חתנו כבנו הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע, געווארן איבערגעפרישט מיט פילע נייע איינריכטונגען, ווי איבערמאכן דעם גאנצן אינעווייניגסטן טייל פונעם אהל אריינגערעכנט די עיר קאנדישאן סיסטעם, וואס וועט ברענגען אינאיינעם א טאטאלן איבערפרישונג אינעם אהל הק' פאר די באקוועמליכקייט און פראקטישקייט פון די טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס קומען מתפלל זיין אויף דעם מקום קדוש.

Comments


bottom of page