top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשפרעך פון טאג אין גור: האד' מגור רופט מנין צו שחרית בביתו נאווה קודש‎

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

היסטאריע האט זיך היינט אפגעשפילט בחצר הקודש גור, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט אין א גאר זעלטענעם ערשיינונג געלאזט רופן א מנין צו תפילת שחרית בביתו נאווה קודש.


ווי באקאנט איז דער מנהג ביי אדמור"י בית גור לדורותיהם, געוועהן צו דאווענען שחרית דורכאויס די וואכן טעג ביחידות אן קיין מנין, אויסער ראש חודש און יומי דפגרא ווען די רבי'ס פלעג ארויסקומען דאווענען מיט די חסידים. היינט אינדערפרי פארן דאווענען אין ביהמ"ד הגדול גור האט דער משמש בקודש הרב לייבל פיזנצבסקי הי"ו אריינגערופן א מנין אידן לביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, נישט אנגעבנדיג די סיבה דערצו. די חסידים זענען געכאפט געווארן אין שאק ווען די רבי שליט"א אליינס איז פלוצים ערשינען צום דאווענען אנגעטוהן מיט טלית ותפילין.


וואו עס שטעלט זיך ארויס האט די רבי שליט"א געזאלט זאגן די תפילה פון 'הטבת חלום' און האט דעריבער אריינגערופן א מנין צו שחרית מיט א כהן אויף ברכת כהנהים, צו קענען זאגן די תפילה בשעתן דוכענען וואו דער מנהג איז - א געשעהניש וואס די חסידים געדענקען נישט אין צענדליגער יאהרן און איז די געשפרעך פון טאג ביי חסידי גור אומעטום.

Comments


bottom of page