מיטוואך פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בשעת כלל ישראל איז איינגעהילט אין א עת תפלה פאר'ן מאור הדור כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש גרייט מען זיך בחצרות האחים האדמורי"ם לבית סקולען צו די יערליכע "סעודת הודאה" מוצש"ק נחמו, וואס וועט לאור המצב פונעם שווערן מצב הבריאות ביים גדול האחים ובעל הנס, געפראוועט ווערן אויף א באשיידענעם פארנעם, בכל עיר ועיר, בחצרות האדמורי"ם שליט"א בעריהם.
אומעטום וועלן זיך צונויפגעקומען די חסידים ומעריצים פון יעדן הויף להודות ולהלל אויף די גרויסע נסים בהצלת רועי החסידות זי"ע, ויבלחט"א דער סקולענער רבי שליט"א וואס אף הוא היה באותו הנס אלס פיצל קינד, ווערנדיג געראטעוועט פון די רומענישע רעזשים לחירות עולם, און דערביי וועט מען אויסנוצן די געלעגנהייט להעתיר בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים בנהורא נפישא.
כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת הודאה, שבת נחמו, אין קרית יטב לב בלומינגבורג, און אפרעכטן אלע תפילות און טישן אין די זאלן פון "עטרת פעסיל לאה", ווען דער קלימאקס וועט זיין די סעודת הודאה בתופים ומחולות מוצש"ק מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים ומעריצים ותושבי העיר.
כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הודאה ברון שיר ושבח בבית מדרשו אין שטאט מאנסי, און וועט זיין א זמן קהלה לכל, די הונדערטער חסידים און תושבי העיר וועלכע וועלן מיטלעבן די פייערליכע שעה'ן פון יודו לה' חסדו.
אין שטאט לעיקוואד וועט די סעודת הודאה געפייערט ווערן מיט געהויבנקייט בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, בבית מדרשו אויף בלובערי לעין, וואו עס איז ערווארטעט א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה, להודות ולהלל און מעלה זיין תוקפו של נס.
בקרתא דשופריא ירושלים עיה"ק וועט ווי יאר יערליך אויך היי יאר אפגעראכטן ווערן די צענטראלע גרויסארטיגע סעודת הודאה בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, ובתוך רבים אהללנו, וועט גראנדיעז געפייערט ווערן די סעודה גדולה בתופים ומחולות, אינעם אודיטאריום הגדול אויף רחוב מנחת יצחק, וואו מ'וועט זיך משמח זיין לכבוד היום עד אור הבוקר, און גענוי ווי אלע סעודת הודאה בחצרות האדמורי"ם שליט"א, וועט דער זמן מסוגל אויסגענוצט ווערן לעורר רחמים און מרעיש זיין שערי שמים פאר א גענצליכע רפואה און ערהוילונג פונעם סקולענער רבי'ן שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש.
Comments