top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אהרן קדוש ה': הילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע בצל האד' ממחנובקא בעלזא

מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדעיר קרעדיט: שוקי לרר

 

חסידי מחנובקא בעלזא האבן מיט געהויבענע געפילן אפגעראכטן דעם הייליגן טאג כ"א אב יומא דהילולא רבא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א.


שוין דעם שבת פ' עקב - שבת ערב יומא דהילולא איז געוועהן א גרויסן שבת אינעם מכנובקא בעלזא הויף, ווי פילע געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת בצל הקודש, ביי די תורה דורכאויס גאנץ שבת האט דער רבי מעלה געוועהן זכרון קדוש פונעם בעל ההילולא, פרייטאג צונאכאס האט דער רבי געדאווענט קבלת שבת פארן עמוד, און שבת צופרי געדאווענט די תפילת המוספין לכבוד די יארצייט.


מוצש"ק ליל ההילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו מעריב אין גרויסן שטוב ברוב עם אין יורד געוועהן לפני התיבה, כמנהג חסידים האט מען זיך צוזאמגענומען אויף א סעודת מרעים און סעודת מלווה מלכה אין גרויסן ביהמ"ד, אין שפיץ פון די זקני החסידים ופני העדה וועלכע האבן נאך זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פונעם בעל ההילולא, און האבן אויפגעוויקלט עובדות וזכרונות  מימי קדם וואס זיי האבן אליין בייגעוואוינט, צווישן זיי: הרה"ח ר' ישראל מיללער שליט"א משמש בקודש ביים מכבנוקא בעלזא רבי'ן, הרה"ח ר' יצחק בערלינגער הי"ו, הרה"ח ר' יחיאל הערצל הי"ו, און הרה"ח ר' הערשל גראס הי"ו.


אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז געווען צוגעשטעלט באסעס פון אלע שטעט צום הר המנוחות אשר שם חלקת מחוקק ספון, צוגעשטעלט דורך 'חברת אלה מסעי' וואס איז נאך געגרינדערט געווארן בימי אורה ווען די הייליגער בעלזער רב זי"ע איז נאך געזעצן על כסא ממלכתו אין בעלזא אינדערהיים. ארום זיבן דרייסיג אינדערפרי איז די רבי שליט"א אנגעקומען פוקד זיין דעם ציון המצוינת אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, די רבי האט מפריש געווען צדקה פארן קופת הקהל, און יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות, דאס התעוררות האט גובר געווען ביי די יהי רצון ווען די רבי האט אויסגעפירט די שטיקלעך מיט השתפכות הנפש, די רבי האט געזאגט קדיש און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט. 


נאכן אמירת תהילים האט די רבי געליינט די קוויטלעך פון די הונדערטער חסידים להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ביים פארלאזן דעם ציון הק' האט דער רבי בייגעשטייערט א סכום הגון לצדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא, און זיך באגריסט מיט שאר בשרו הגה"צ אבד"ק סקאהל שליט"א אייניקל פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע.


ביים אנקומען צוריק קיין בני ברק האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן שיחת קודש ארומרענדיג איבער די געוואלדיגע מידות און אהבת ישראל פונעם פעטער די הייליגער בעלזא רב זי"ע, און אויף זיין רוח הקודש וואס האט ארויסגעשיינט בכל רגע ורגע ממש.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעות איז געווען צוגעשטעלט א סעודת הילולא ביד רחבה פאר די הונדערטער חסידים אינעם זאל בבנין בית מדרש הגדול, נאך מנחה איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם גרויסן שטוב און מעריך געווען שולחנו הטהור סעודת ההילולא, דורכאויס די טיש האט מען געזינגען די ניגונים מבי מדרשו של רבי, די ניגונים פון תמניא אפי און נאך ניגונים וואס זענען געזינגען געווארן אין בעלזא אינדערהייים.


ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מסטריקוב, יערוסלאב, בערגסאז בני ברק, הגה"צ אב"ד סטריקוב ירושלים, הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, אב"ד שבט הלוי ירושלים, גאב"ד פרדס כץ, הרה"ג ר' מרדכי געלבער אבד"ק מונקאטש, הרה"צ ר' יהושע העשיל ראזנפלד אבד"ק קארלין לעלוב, הרב וואקנין מגדולי חכמי ספרד און נאך.


די רבי האט געזאגט תורה און געבענטשט על הכוס, נאך מעריב זענען די הונדערטער חסידים פון אלע שטעט דורך זיך געזעגענען, שפעטער האט די רבי אויפגענימען  מיט קוויטלעך די אלע געסט וואס זענען געקומען צופארן מעבר לים.


















Comments


bottom of page