top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּמִקְהֲלוֹת רִבְבוֹת • היסטארישן "כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר" כ"א כסליו תשפ"ה הבעל"ט אין גיגאנטישן בארקלעיס צענטער

מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


א דראמאטישע מעלדונג קלינגט אפ דעם היינטיגן דינסטאג צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך, זיך גרייטנדיג צום היסטארישן ווענדפונקט ״יובל השמונים״ מיום הצלת מרן הרה"ק מסאטמאר זי״ע, איז דורך די הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג - געשלאסן געווארן א הסכם מיט'ן גיגאנטישן ״בארקלעיס צענטער״ אין ניו יארק סיטי, אפצורעכטן דעם היסטארישן "כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר", ביום כ״א כסלו שנת תשפ״ה הבעל״ט, זונטאג פ' מקץ, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען ״גאנץ סאטמאר״ אונטער איין דאך, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י צו פייערן דעם נס ההצלה, אינעם מאיעסטעטישן סטעדיום, בעם עצום אהללך.


דאס קומט אין דער זעלבער צייט ווען מוסדות סאטמאר האט פראקלאמירט א מאסיווע ״חמישים מיליאן״ קאמפיין, צו פינאַנצירן די ווייטגרייכנדע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן אין די מוסדות הקדושים. במקהלות רבוא רבבות וועט באותו מעמד קבל תבל ומלואה דעמאנסטרירט ווערן דער אויסטערלישע כח האמת וואס דער צדיק הדורות האָט אויפגעבויעט, מיט 80 יאר אריגינעלע אידישקייט און חינוך הטהור למען עתיד הדורות על אדמת אמעריקע.


מיט'ן היסטארישן מעלדונג האבן זיך די עסקני סאטמאר תיכף ומיד גענימען צו די עבודה אויסצופלאנירן די פארצווייגטע לאגיסטישע דעטאלן פונעם כינוס חסידי סאטמאר האדיר, וואס וועט אי״ה אפּגעראכטן ווערן באגלייט פון פייערדיגע דרשות, פלאמעדיגע ריקודין להודות ולהלל, און א גאר רייכן פראגראם אפצושפיגלען דעם היסטארישן מאמענט בקורות ימי סאטמאר על אדמת אמעריקע.

*

די עסקני המוסדות אינאיינעם מיט העסקן ר' יוחי פליישמאן הי"ו פון וויי עף פראדאקשאן ביים באזוכן אינעם גיגאנטישן בארקלעיס צענטער פארגאנגענע וואך


Kommentare


bottom of page