top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מביאלא רעכט אפ ערשטע יארצייט פון בנו יקירו ז"ל | בילדער גאלעריע

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט א רירנדע התעוררות האט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א דעם היינטיגן מאנטאג ו' אלול אפגעראכטן די ערשטע יארצייט פון בנו חביבו פרי עץ חיים הרב ישראל אברהם משה ראבינאוויטש ז"ל, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען פאריגע יאר זייענדיג אין שווייץ.


שבת פאר די יארצייט איז דער ביאלער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד די יארצייט, און נעכטן זונטאג נאכט, בליל היארצייט, האט דער רבי אפגעראכטן א סעודת יארצייט אינאיינעם מיט די בני המשפחה, וואו דער רבי האט מסיים געווען ששה סדרי משנה. ביי דער סעודה איז אויך אנוועזנד געווען חותן המלך, דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א. היינט מאנטאג אינדערפרי נאך שחרית האט דער רבי אפגעראכטן א לחיים טיש און דערביי משמיע געווען רירנדע דברי זכרון איבער'ן נפטר, פארציילנדיג פון זיינע געהויבענע מעלות ומדות טובות און התמדה בתורה, ספעציעל איבער זיין מדת החסד און הכנסת האורחים אין וואס איז ער איז געווען שטארק אויסגעצייכנט. דערנאך איז דער רבי ארויף אינאיינעם מיט די בני המשפחה ארויף מתפלל זיין על קברו במרומי הר הזיתים.




Comments


bottom of page