top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל לרגל ימי הרחמים והרצון‎

מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: JDN

 

אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים וויילנדיג אויף די ימים הנוראים בקרב חסידיו אין ארץ ישראל, דעם מאנטאג נאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אינאיינעם מיט די בחורי החסידות. 


נעכטן נאכמיטאג האט די רבי מתפלל געוועהן ביים מערת המכפלה אינעם עיר האבות חברון און ביים אהל אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק. אין לויף פונעם טאג האט די רבי שליט"א אפגעשטאט ביקורי נימוסין ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און ביי שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין בני ברק וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע זכרונות פונעם זיידן די אמרי חיים און זיין עבודת הקודש אין די הייליגע טעג.










Comentarios


bottom of page