top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לחזק ולהתחזק: האד' מפינסק קארלין ערהאלט קבלות טובות פון בחורי החסידות ביים טיש חמשה עשר באב

דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א.פ.ק.

 

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט דעם חמשה עשר באב ביים עריכת שולחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אשר השני דער יונגע רבי פון סטאלין זי"ע, ווען די הונדערטער בחורי החסידות האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות ביסודות היהדות והחסידות כרצונו הטהור פונעם רבי'ן שליט"א אלס א פאסיגע הכנה צו די ימים הנוראים הממשמשין ובאין, שטייענדיג אינעם יום המסוגל חמשה עשר באב ווען עס פאנגט זיך אן די הכנה צום ירח האיתנים.


אויף די קבלות צעטלעך וואס די בחורים האבן ערהאלטן איז געווען אן אויסוואל פון פארשידענע קבלות טובות וואס יעדע בחור קען זיך אויסוועלן כל אחד כפי יכלתו ולפי דרגא דיליה, אריינגערעכנט שמחה של מצווה ביי ברכת השחר און הנחת תפילין, זהירות פון כעס בפרט אום פרייטאג שבת אדער געוויסע שעות אין די נאכט, זהירות פון לשון הרע און זאגן יעדן טאג א גוט ווארט פאר א חבר, אזוי אויך לערנען א האלבע שעה פארן דאווענען בפרט שבת צופרי, אדער לערנען אכט שעה אין לויף פון ערב שבת, און שבת קודש.


ביים ענדע פונעם טיש האבן די בחורים אונטערגעשריבן די קבלות טובות, מיט א ספעציעלע קוויטל להזכר לטובה לפני הקודש, און דאן זיך געשלעגנערט אין די רייע איבערצוגעבן די קבלות טובות, די רבי שליט"א האט איבערגעקוקט יעדנס קבלה מיט גרויס אויפמערקזאמקייט, און זיך דורכגעשמועסט מיט די בחורים וויאזוי אנצוהאלטן די קבלות, די בחורים האבן זיך געקענט שואל עצה זיין איבער פארשידענע שווערעקייטן און וויאזוי ריכטיג אנצוהאלטן די הייליגע קבלות אויף א לאנגע טערמין. דער קידוש השם האט בוקע רקיעים געוועהן צו זעהן ווי בחורי חמד היקרים ווילן זיך האלטן הייליג און אפגעהיטן יעדער לויט זיין מאקסימום זהירות וקבלות וואס מ׳נעמט אויף זיך להטהר ולהתקדש אין דערמיט מאכן די פאסיגער הכנה צו די הייליגער טעג הבאים לקראתינו.



تعليقات


bottom of page