top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין מנחם לה | תולדות ופעולות חייו פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל‎

זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דרכי ציון אבילות, ויצא מבת ציון כל הדרה


נעכטן מוצאי שב"ק באישון לילה זענען די ירושלימער וועגן געווען שטארק פארטרויערט, ווען פילע טויזענטער אידן בני ציון היקרים האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פאר איינעם פון די זקני האדמורי"ם והמקובלים משרידי נקיי הדעת שבירושלים של מעלה האי גאון וצדיק חסידא ופרישא נהורא נפישא, כ"ק אדמו"ר מפאריסוב הגה"צ רבי חנני' יוסף עקיבא ראבינאוויטש זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז – ווי שוין באריכטעט – נסתלק געווארן פארלאפענעם שב"ק פ' עקב אינדערפרי יום כ' מנחם אב אין עלטער פון 85 יאר.


תולדותיהם של צדיקים. דער רבי זצוק"ל איז געבוירן געווארן ביום עשרה בטבת שנת תרצ"ט אלס צווייטער זוהן צו זיין גרויסן פאטער הגה"צ ר' בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל מייסד קהלה קדושה משכנות הרועים און חבר ביד"ץ העדה החרדית ירושלים, וועלכער האט געצויגן זיין יחוס בן אחר בן צו צדיקי בית פאריסוב ביז צום ראש שושלתא קדישתא הרה"ק רבי יהושע אשר מפאריסוב זי"ע בנו הגדול פונעם יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע.


דער רבי איז נתגדל געווארן אין די הייליגע אטמאספערע פון ירושלים של מעלה, אינעם הייליגן הויז פון זיינע עלטערן וואו מען איז געווען פולקאם אפגעשיידט פון אלע עניני עולם הזה, אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה עץ חיים אין ירושלים, אינאיינעם מיט אחיו הגדול יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וועלכע האבן זיך געהאלטן אלע יארן גאר נאנט בקשר עליון דאורייתא. פון א יונגן עלטער האט דער רבי גע'שמ'ט מיט זיין שקידת התורה און דביקות אין השי"ת, ער געזעצן און געלערנט יומם ולילה און האט זיך געפירט מיט אן אויסטערלישן יראת שמים און פרישות, און אזוי איז ער געשטיגן מעלות רמות אין אלע חלקי התורה בנגלה ובנסתר, ווען אין די זעלבע צייט זענען זיינע גאלדענע מדות און ענוות חן געווען עטרה לראשו.


כשהגיע לפרקו האט דער רבי אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט זיין חשוב'ע רביצין ע"ה טאכטער פון הרה"צ ר' שלמה צבי אטיק זצ"ל מיקירי קרתא דירושלים, נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש ביתר שאת ויתר עז און האט זיך ממית געווען באהלה של תורה לילות כימים נישט האבנדיג ממש קיין שייכות מיט עניני עולם הזה.


דער רבי האט פון זיינע יונגע יארן זוכה געווען זיך צו ווייקן בעפר רגלם פון די גדולי ומצוקי ארעא קדישא, פון וועם ער האט זיך אנגעשעפט מלא חפניים תורה ועבודה בקדושה וטהרה, ער איז געווען אויסטערליש דבוק ומקושר צו הגה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זצוק"ל פון וועם ער האט זיך גערעכנט ווי א תלמיד מובהק, דער בעל חלקת יהושע האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א זעלטענע קירבה און האט אים ממנה געווען אלס פרישער אינגערמאן צו דינען אלס ראש החבורות פון די בחורים און יונגעלייט און משפיע זיין פאר זיי מהוד תורתו וצדקתו. אזוי אויך איז דער רבי געווען ספעציעל דבוק אין הרה"צ ר' אשר פריינד זצ"ל פון וועם ער האט קונה געווען דעם געהויבענעם וועג לעלות על סולם העולה בית א-ל בלימוד תורת הקבלה.


דער רבי זצ"ל איז געווען פון די לעצט-פארבליבענע פארצייטישע צדיקים וואס האט באלויכטן די וועלט מיט זיין צדקות און קדושה, ער האט זיך אויסגעארבייט אין אלע 3 עמודי העולם, זייענדיג דער עמוד התורה וועלכער איז כל ימיו געווען דבוק צו די תורה הקדושה אויף אן אויסטערלישן פארנעם, ובמיוחד בתורת הנסתר וואס דער רבי זצ"ל איז געווען פאררעכנט פון די גדולי חכמי הקבלה אין אונזער דור, ער האט געהארעוועט גאנצע נעכט אין תורת הקבלה אינאיינעם מיט די אנדערע גדולי המקובלים און ספעציעל זיין לאנגיעריגע חברותא הגאון המקובל ר' דוד בצרי שליט"א, און במשך די יארן זענען פילע תלמידי חכמים און עובדי ה' געקומען צו לערנען ביי אים דעם הייליגן לימוד הקבלה, ובעיקר איז געווען באקאנט זיין לאנגיעריגן שיעור יעדן ליל ששי בתורת הנסתר ביי זיך אין שטוב פאר א צאל געקליבענע גדולי המקובלים וואו מען האט אינאיינעם עוסק געווען ברזי דרזין באש להבת שלהבת, און מיט די צייט האט דער רבי מייסד געווען דעם רשת הכוללים 'דרכי צדק' ללימוד תורת הקבלה, וואו ער האט משפיע געווען מהוד קדושתו און האט אריינגעשיינט דעם תורת הנסתר אין די הערצער פון פילע אידן מבקשי ה' המשכימים לפתחו.


דער רבי זצ"ל איז געווען דער עמוד העבודה און עמוד האמונה, זיין עבודת הקודש ביים דאווענען און בכלל דורכאויס פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז געווען א שם דבר, און אידן פלעגן אנווייזן אויף א מוסטער ווי עס האבן זיך געפירט די אמאליגע צדיקים וקדושים פון ירושלים של מעלה.


דער רבי האט מייסד געווען בית מדרשו אין עיה"ק ירושלים וואו ער האט איבערגעפלאנצט דעם הייליגן פאריסובער הויף און איז געווען א מנהיג לעדת צאן מרעיתו אויף אן אויסטערליש געטרייען פארנעם, זיינע הארצרייסנדע תפלות זענען געווען באוואוסט איבעראל און אסאך פלעגן קומען צו זיין ביהמ"ד לשמוע אל הרנה ואל התפלה, דער רבי האט כסדר משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה וואו ער האט געפאדערט צו שטיין ווייט פון עניני עוה"ז און נאר זיין דבוק אין תורה ויראת השי"ת און לעבן מיט אמונה פשוטה, ער איז געווען א געטרייער פאסטוך פאר בני קהלתו און האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן איינעם באזונדער אים צו הייבן אויף די העכסטע מדריגות פון תורה וחסידות, און האט אינזין געהאט אלע זייערע ענינים ברוחניות ובגשמיות. און אין די זעלבע צייט איז זיין ביהמ"ד געווען א מגדל אור פאר פילע אידן פון נאנט און ווייט וועלכע זענען געקומען כאפן א בליק ווי עס האט אויסגעזעהן א פארצייטישער צדיק, און האבן נהנה געווען מאורו הגדול.


דער רבי איז געווען אן עמוד החסד וועלכער האט כל ימיו זיך אוועקגעגעבן ארויסצוהעלפן אידישע קינדער, זיין הויז איז געווען א באוואוסטער אדרעס פאר פילע אידן פון אומעטום וועלכע פלעגן כסדר ארויפקומען צו אים זיך אויסגיסן זייערע הערצער און אנפרעגן ביי אים אלע זייערע שאלות, און ווי אן אב הרחמן האט ער מיט זיין ווייך האץ יעדן אויסגעהערט און פלעגט אריינשיינען אין זיי א טל של תחי' ורבים נהנו ממנו עצה ותושי', און ספעציעל אין חינוך הבנים אין וואס דער רבי איז געווען א יחיד מומחה, עס איז געווען צום באוואונדערן ווי טראץ זייענדיג פארנומען מיט זיין עבודת הקודש און די שיעורים בנגלה ונסתר איז די טיר פון זיין הויז קיינמאל נישט געווען פארשפארט, און יעדער אשר בשם ישראל יכונה איז דארט אויפגענומען געווארן בסבר פנים יפות סיי ווען אינעם טאג, און פון זיין שטוב זענען אנגעפירט געווארן פארשידענע חסד אפאראטן פאר אידן נצרכים.


אויך ווען דער רבי האט געדארפט זיין א מוכיח בשער לגדור גדר ולעמוד בפרץ איז דאס געווען תוכחת מגולה ואהבה מסותרת, און זיינע ווארימע ווערטער האבן אלץ יורד געווען לחדרי בטן. דער רבי זצ"ל האט כל ימיו געלעבט מיט א זעלטענעם פשטות, און טראץ דעם וואס אינענווייניג האט אין אים געברענט א פייער פאר'ן אייבערשטען פלעגט ער קיינמאל נישט ארויסווייזן זיינע מדריגות נאר האט זיך געפירט בהצנע לכת.


אין לויף פון די יארן האבן פילע תלמידים ושומעי לקחו פון רבי'ן זצ"ל אין ניו יארק און לאנדאן, זיך מאחד געווען און אוועקגעשטעלט אייגענע בתי מדרשים תחת דגלו והדרכתו, וואו מען האט אינאיינעם געדינט דעם אייבערשטען אויפ'ן געהויבענעם וועג וואס דער רבי האט זיי שטענדיג געלערנט, דער רבי פלעגט אפט זיך ארויסלאזן קיין אויסלאנד וואו ער פלעגט וויילן בקרב תלמידיו וחסידיו אויף לענגערע באזוכן וואו ער האט אין זיי אריינגעשיינט אן אור פון קדושה וטהרה.


די לעצטערע יארן איז דער רבי זצ"ל ליידער נתנסה געווארן מיט שווערע נסיונות, ער האט זיך אסאך געמוטשעט מיט'ן געזונט און האט געליטן שווערע יסורים ל"ע, אבער ער איז אנגעגאנגען ווייטער מיט זיין הייליגע עבודה במסי"נ זייענדיג מאציל מהודו אויף קהל עדת צאן מרעיתו.


מיט ארום 10 יאר צוריק האט ער ליידער פארלוירן זיין זוהן הרה"צ חו"פ ר' יהושע אשר זצ"ל, און דעם אנפאנג יאר חול המועד סוכות איז נפטר געווארן זיין חשוב'ע רביצין ע"ה. די לעצטע תקופה האט דער רבי זיך שטארק געמוטשעט מיט'ן געזונט און האט עטליכע מאל געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל, מיט עטליכע וואכן צוריק איז ער אהיימגעקומען און האט ווייטער געדינט השי"ת בשארית כוחותיו.


דורכאויס די לעצטע 24 שעה בעפאר'ן הסתלקות אנגעהויבן פון פרייטאג אינדערפרי האט מען שוין אנגעזעהן ביי אים פארשידענע זאכן וואס האבן ארויסגערופן וואונדער, ער האט די גאנצע צייט געמורמלט פסוקי דרחמי, און ווען דער אייניקל וואס האט אים געטריי באדינט האט אים געפרעגט וואס ער זאל אים צוגרייטן אויף שב"ק האט דער רבי געענטפערט מען זאל אים צוגרייטן "שוועבלעך מיט אסאך ליכט"


ליל שב"ק איז דער רבי פארשלאפט געווארן נאכ'ן ווערן מיט א שווערע וויירוס און א פרישע אינפעקציע רח"ל, באשמורת הבוקר האט ער געליטן א שווערן הארץ אטאקע רח"ל און קורצליך דערויף האט ער צוריקגעגעבן נשמתו הזכה ליוצרה ובוראה במיתת נשיקה, במעמד פון זיינע קינדער און מקורבים ומתפללי בית מדרשו.


די מסע הלוויה איז פארגעקומען מוצאי שבת קודש אויף די גאסן פון ירושלים עיה"ק, וועלכע זענען געווען שווארץ פון די פילע טויזענטער מלוים ובראשם גדולי האדמורי"ם והרבנים שליט"א. ביים לוי' האט אחיו הגדול פון רבי'ן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מספיד געווען בקול בוכים, און מכתיר געווען בנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל הרה"צ רבי אברהם ראבינאוויטש שליט"א אלס ממלא מקומו בקודש באדמורו"ת פאריסוב, און צו די זעלבע צייט פארבעטן דעם צווייטן זון הרה"צ רבי הלל ראבינאוויטש שליט"א פון מאנסי לכהן פאר אלס אדמו"ר מפאריסוב בעיר מגורתו און משפיע זיין פאר אידישע קינדער תורה וחסידות. נאך חצות הלילה איז דער רבי געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות, נעבן זיין גרויסן פאטער הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל.


דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן, די צוויי דערמאנטע זיהן ממלאי מקומו בקודש, און די משפחה פון זיין זון הרה"צ ר' יהושע אשר זצ"ל וועלכער איז נפטר געווארן בחיים חיותו. די איידימער פון רבי'ן זענען כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, און הרה"צ ר' צבי אלימלך לייפער שליט"א מטעמעשוואר. אויך לאזט דער רבי איבער די חשובע געהויבענע ברידער, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאלושין שליט"א, און הגה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מזעליחוב וראש ישיבת משכנות הרועים.


ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה, כי אבדה כלי חמדתה, זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.


Bình luận


bottom of page