דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
נאכפאלגענדיג די היסטארישע נסיעות וואס די גדולי הדור בארץ הקודש האבן אונטערגענומען בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא קיין אמעריקע, קאנאדע און ענגלאנד אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת די ניי געגרינדעטע קרן עולם התורה אין ליכט פון די גזירת הגיוס, איז היינט באשטעטיגט געווארן אז די גדולי הדור וועלן ווידעראמאל ארויספארן אין די מרחקים, צו שאפן די אסטראנאמישע געלטער צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק פון צוזאמענבראך, דאסמאל קיין דרום אמעריקא.
די בליץ-באזוך וועט זיך אנהייבן קומענדיגן זונטאג כי תצא, ווען די גדולי ישראל וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג, אין לויף פון די וואך וועט דער משלחת כבוד באזוכן אין די קהילות הקודש אין מעקסיקא, פאנאמא, און בראזיל מיט א ציל צו שאפן די שווערע מיליאנען וואס פעלט זיך נאך אויס למען הצלת עולם התורה.
די היסטארישע מסע הגדולים וועט ווי די פריערדיגע נסיעות צונויפברענגען די סאמע גרעסטע גדולי הדור פון ארץ ישראל און אמעריקא, ה"ה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון המשגיח רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, ועתם עמם מיט זיי וועט דאסמאל אויך מיטפארן הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, און המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א.
אין די זעלבדע צייט וועט זיך הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון ארויסלאזן אין וועג לבער הים וואו ער וועט מזכה זיין נדיבי עם קודש ותומכי תורה אין ברוקלין, טאראנטא, מיאמי, און פאסעיק וואו עס וועלן אפגעהאלטן ווערן באזונדערע מסיבות און אסיפת לטובת די קרן עולם התורה.
Comments