top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר ערהאלט בשמחה עצומה נייער ספר "ברך משה על סוגיות הש"ס"

דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס

 

די וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערהאלטן בשמחה עצומה דעם נייעם ספר "ברך משה על סוגיות הש"ס" וואס איז אין די טעג אַַרויס פון דרוק, צום גרויסן פרייד פון רבבות תלמידי וחסידי סאַַטמאַַר. דער נייער ספר ברך משה, דער עלפ'טער חלק פון די ספרי ברך משה, אַַנטהאַַלט אין זיך אַַן אוצר בלום מיט חידושים וביאורים נפלאים בסוגיות הש"ס,  און א צאָָל תשובות להלכה וואָָס הרה"ק בעל ברך משה מסאַַטמאַַר זי"ע האָָט משמיע געווען ברוב עם, און וואָָס ער האָָט מעלה געווען על הכתב, וואָָס ברענגט אַַרויס נאָָסטאַַלגישע געפילן ביי פילצאָָליגע תלמידים פון די סאַַטמאַַרער ישיבות, ביי וועמען עס ליגט נאָָך אין זכרון די שיינער זמנים, ווען מען האָָט זוכה געווען מיטצוהאַַלטן די שיעורים נפלאים וואָָס דער רבי משמיע געווען אין די ישיבה, ווי אויך די דברי פּלפּול וואָָס דער רבי האָָט משמיע געווען אין פאַַרשידענע זמנים אין יאָָר.


בראש הדברים איז דער ספר באַַקרוינט מיט הערליכע דברי אגדה, הערליכע ענינים אויף עניני סיום הש"ס, סיום ששה סדרי משנה און סיומי מסכת וואָָס דער רבי האָָט משמיע געווען במשך השנים, וקנתה מקומם אין דעם ספר וואס איז באזירט אויף עניני ש"ס והלכה. 


דעם דינסטאג בעת די זמני כניסה אין וויליאמסבורג זענען אריין בקודש פנימה די חברי ועד להוצאת ספרי ברך משה אין שפיץ פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר מאנסי, וועלכער האבן איבערגעגעבן דעם ערשטן ספר ארויס פון דרוק, דער רבי האט איבערגעקוקט די ספר פאר א לענגערע וויילע מיט א שטארקע קורת רוח און זיך אויסגעדריקט אז "מען גייט בקרוב אי"ה באנייען די נייע ספרים שטוב בביתו נאוה קודש אין קרית יואל, איז א זכי' אז מען קען עס באנייען מיט א נייעם ספר פונעם טאטן", דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער פונעם ועד להגדיל תורה ולהאדירה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש ובמיוחד פארן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות מסדר צו זיין דעם ספר לדפוס דבר דבר על אופניו.



Comments


bottom of page