top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאר געהויבענע ימי חג הסוכות און שמחת תורה אדורך בחצה"ק תולדות אברהם יצחק‎

מיטוואך נח • כ"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

אין חצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז אדורך גאר א געהויבענער יום טוב סוכות און שמחת תורה. אין די אינדערפרי שעה'ן איז יעדן טאג פארגעקומען די געהויבענע תפילות שחרית, הלל, הושענות און מוסף, וואס איז געפראוועט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א אין לויף פון לאנגע שעה'ן, מיט התעוררות און התרוממות דקדושה.


אין לויף פון די ימי החג האט דער רבי שליט"א געפראוועט יעדן נאכט דעם שולחן הטהור, מיט די באטייליגונג פון טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה. זונטאג נאכט איז געווען א ספעציעלע התרגשות ווען צום שולחן הטהור איז ערשינען הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און האט מיטגעהאלטן דעם טיש אינאיינעם מיט'ן גרויסארטיגן "שמחת בית השואבה" אין די גרויסע סוכה מיט די באטייליגונג פון טויזנטער אידן, וואס איז געפייערט געווארן באגלייט בתופים ומחולות, וינועו אמות הסיפים.


ביי די פייערדיגע הושענה רבה דרשה האט דער רבי שליט"א אויך ארומגערעדט איבער די פחדים וואס הערשט אין ארצינו הק' און נאר אויב מ'וועט אינזיהן האבן אז עס זאל שוין נתרבה ווערן דער כבוד שמים וועט מען ניצול ווערן, און אין זכות פון בעטן אויף גלות השכינה און נישט נאר אויף די אייגענע גלות וועט דער אייבישטער אוועקנעמען די אלע פחדים.


דאן האט דער רבי שליט"א אפגעגעבן א שבח והודאה פאר'ן באשעפער זאגנדיג אז פאר ראש השנה האט מען נישט געגלייבט אז ער וועט קענען זיין אינאיינעם מיטן ציבור און ברוך ה' אז מ'איז אדורך אזא געהויבענעם חודש תשרי אינאיינעם, און האט אנגעוואונטשן דעם ציבור מיט גרויס בכיות אז איבער א יאר זאל נאכאמאל קיינער נישט פעלן.


דאס התרגשות איז געווען גאר גרויס ווען היי יאר צום יו"ט שמחת תורה האט מען צום ערשטן מאל גענוצט דעם ניי געבויעטן גרויסן ביהמ"ד מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת, ווען די קינדער זענען געשטאנען אויף די ספעציעלע גאלעריען און אויף אלע דריי זייטן פון ביהמ"ד איז געווען אויסגעצויגן די נאנט צו צען שטאקיגע פארענטשעס.


דאס יאר האט דער רבי שליט"א אויך געטאנצן און געפראוועט די הקפות מיט א ספר תורה פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל דברי אמונה זי"ע. נאך א שטארקע איבערראשונג איז געווען אז טראץ וואס ביי די תפילות איז דער רבי שליט"א געשטאנען אויף א ספעציעלע פלאטפארמע א בימת הכבוד אינדערמיט פון ביהמ"ד, איז אבער דער רבי שליט"א אראפגעקומען צו די הקפות וואו ער האט געטאנצן יעדע הקפה נאנט צו צען מינוט, און שפעטער האט דער עולם פארגעזעצט נאך ארום צוואנציג מינוט.


א ספעציעלער רינג האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט די אַלע נדיבים וואס האבן געהאלפן צו בויען און אהערשטעלן דעם ביהמ"ד הגדול והמפואר, הנגידים ר' שמואל האראוויץ הי"ו, ר' אהרן שמואל בלומענבערג הי"ו, דעם רבי'נס אייניקל הרב בנש"ק רבי יודל בהרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א, הרה"ח ר' מרדכי וועבערמאן הי"ו און הרה"ח ר' אהרן בראנדמארק הי"ו מראשי ועד קרן הבנין.


ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי שליט"א אויפגעהויבן די ספר תורה אין די לופטן און האָט אַ לענגערע צייט געטאַנצן קעגן דעם ציבור און קעגנאיבער די קינדער אויפן שטאק.


מיט "חתן תורה" איז מכובד געווארן הגאון האדיר רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר הביד"צ ומרבני הקהילה און "חתן בראשית" האט דער רבי שליט"א עולה געועהן, ווען דערויף האט מען געליינט "כל הנערים".


דערנאך האט דער רבי שליט"א געווארפן צוקערלעך פאר די קינדער און פאר'ן עולם, כנהוג, און דער גאנצער ציבור האט דאן ספאנטאן אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד אויפ'ן ניגון "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו" אפגעבנדיג א שבח והודאה פאר'ן הייליגן באעשפער אויף די געהויבענע ימים טובים בצל הקודש. אזוי ווי מ'האט געענדיגט מוסף און תפילת גשם ממש קורץ פאר די שקיעה, האט מען אויסגעטיילט בילקעלעך אין ביהמ"ד וואו דער גאנצער ציבור האט דאן אנפאנגען די סעודה און דערנאך איז יעדער אהיימגעגאנגען צו פראווען די סעודת החג.


דאנערשטאג נאכט מוצאי שמחת תורה אין ארץ ישראל און יו"ט שני של גליות איז פארגעקומען א גרויסער מנין מיט הקפות געפראוועט דורך נאנט צו צען מנינים געסט פון אויסלאנד.


פרייטאג צונאכטס ביים שולחן הטהור האט הרב ר' אהרן שמואל בלומענבערג הי"ו מנדב געווען 72 פלעשער וויין כמנין חס"ד, צו דאנקען דעם באשעפער אז מ'האט זוכה געווען צו אזא הייליגן יו"ט מיט'ן רבי'ן שליט"א, ווען דער גאנצער עולם האט געטרינקען לחיים והשתי' כדת אין אונס.








Commentaires


bottom of page