top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

‎שבת הוא מלזעוק • האד' מוויזניץ לאנדאן אריינגענימען שב"ק אין שפיטאל

מוצאי שבת פ' כי תצא • י"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

דעם פרייטאג צונאכטס איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אריינגענימען געווארן אין שפיטאל, צוליב א חולשה. דאס קומט נאך א שווערע וואך וואס דער רבי שליט"א איז געוועהן שטארק אפגעוואכט אין צוגאב האט זיך דער רבי געמוטשעט מיט פארשידענע מיחושים אין געזונט.


פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען האט די רבי נישט גוט געשפירט און איז אויפן ראט פון די הצלה - אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, די רבי שליט"א האט זיך געפינען אין שפיטאל איבער שבת אויף באהאנדלונגען און טעסטס און היינט מוצאי שבת איז די רבי שליט"א באפרייט געווארן לביתו נאווה קודש, כלל ישראל איז ווייטער מעתיר ומפציר פארן רבינס געזונט מרן דוד בן סימא מירל לבריאות השלימות וחיזוק כוחותיו.

Comments


bottom of page