מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי שווארץ, JDN
חסידי תולדות אהרן תושבי מאנסי האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן א דערהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון א אייניקל און לטובת מוסדותיו הקדושים בארצינו הקדושה, און האט אפגעראכטן דעם שבת בקרב עדת צאן מרעיתו אין שטאט מאנסי אויפן זעלבדן ארט וואו דער רבי שליט"א האט צענדליגער יאהרן משמש געווען ברבנות הקהילה און משפיע געווען פון די נאנט אויף די ארטיגע חסידים.
אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון אלע שטעט מקרוב ומרחוק, ערב שבת ביים זמן איז די רבי אריינגעקומען אינעם איבערגעפולטן ביהמ"ד, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דעם רבינס זון הגה"צ רבי ישעי' קאהן אבד"ק תולדות אהרן בארא פארק, נאכן דאווענען זענען די חסידים דורך ביים רבי'ן וואונטשן א גוט שבת.
אום צען אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור וואס האט זיך פארצויגן בשירות ותשבחות לקל חי, מיט זמירות שבת און ניגוני קודש מבית מדרשו של רבי בעיה"ק ירושלים, ספעציעל האט דער רבי פארגעזינגען די ניגון 'אדון הכל' פונעם 'בעל החרדים' וואס איז מיוחס צו די תלמידי המגיד ממעזריטש, און מען האט פארענדיגט דעם טיש אין גאר א שפעטע שעה.
בצפרא דשבתא האט די רבי צוגעשיקט צום שוכן עד זיין זוהן דער רב הקהילה הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, און צו די הויעכע שמונה עשרה דער בעל האכסניא הרה"ג ר' מאיר זלמן שטעג שליט"א ראש הכולל תולדות אהרן מאנסי, ביי קריאת התורה האט דער רבי - כמנהגו עולה געווען די עליה פון כהן ביז צו די קריאה פון רביעי, די אנדערע עליות זענען פארקויפט געווארן פאר סכומים הגונים להוצאות השבת.
נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן דעם מיטאג טיש ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און תיכף נאכן טיש האט מען געדאוונט מנחה, עס איז שוין געוועהן הארט פארן זמן רבינו תם ווען דער רבי האט זיך געוואשן צו שלש סעודות, און נאך א הפסקה פון ארום א שעה צייט איז די רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור און המשך פון שלש סעודות וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרוממות בעת רעווא דרעווין, פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה במעון הקודש פונעם רבי'ן, און נאך הבדלה און ויתן לך איז מען דורך וואונטשן א גוטע וואך.
Comentarios