top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע מעמד מעמד 'עת רצון' פאר תומכי מוסדות תולדות אהרן דאס יאהר פראכטפול אפגעראכטן בקרתא דשופריא

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעידט: שלום קרויס

 

אן אייגנארטיגע מעמד 'עת רצון' איז פארגעקומען ביום המסוגל א' דסליחות בחצר הקודש תולדות אהרן פאר די תומכי המוסדות אלס אן הכנה דרבה צו די הייליגע טעג, בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. יאר יערליך קומט פאר בימי הסליחות א געהויבענע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיטן רבי'ן פאר די תומכי תורה די נדיבים בעם, די אלע בעלי בתים און יונגעלייט פון די קהילה, וועלכע האבן זיך אונטערגענומען סכומים הגונים צו שטיצן די מוסדות הקדושים, אויסצובעטן ישועות ורפואות און א כתיבה וחתימה טובה לנו ולכל ישראל.


דאס יאהר איז די נסיעה נישט צושטאנד געקומען צוליב די אנגעצויגענע מצב המלחמה אין צפון ארץ ישראל, דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איבערגעגעבן הוראת קדשו אנצוהאלטן די מעמד תפילה וואס איז שוין באשטימט געווארן מדי שנה בשנה אלס א זמן פון התעוררות והתרוממות און ממשיך זיין רחמים פאר די הייליגע טעג, דעריבער איז די מעמד דאס יאהר אפגעראכטן געווארן אינעם יום הנשגב א' סליחות בבית מדרשו של רבי בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים.


שוין אנגעהויבן פון די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך הונדערטער חסידים תומכי המוסדות פארזאמלט אין בית המדרש ווי עס איז צוגעשטעלט געווארן מיני טעימה ביד רחבה, דאן איז די גאנצע ציבור אריבער צום היכל הכוללים אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט''א וואו מען האט געזאגט מזמורי תהילים ביום המסוגל כנהוג מקדמת דנא, דעם רבינס איידעם הרב ברוך כהנא האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, דאן האט מען געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם און מיט גרויס התעוררות דקדושה, נאכ'ן ענדיגן די תפילות, איז מען אריבער אינעם ביהמ"ד הגדול צום גרויסן מעמד עת רצון.


די מעמד איז געווען באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה דורך די חברי המשוררים בחצר הקודש אין שפויץ פונעם בעל מנגן ר' מאיר אדלער, מען האט א לענגערע צייט געזינגען ווארימע ימים נוראים ניגונים, צווישן זיי די ניגוני קודש וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, און מען האט געהערט א ווארימע דרשה פון הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א מגיד שיעור אין די קהילה.


א שטילקייט האט געהערשט אינעם גאנצן ארום, ווען דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און האט ארומגערעדט מיט דברי הכנה לימים הנוראים הממשמשים ובאים, און האט דערויף ווארעם אנגעוואונטשן אלע תומכי המוסדות, אז מ'זאל פועל'ן אלעס גוט'ס, און יעדער זאל מיטנעמען השפעות טובות און ווערן אנגעשריבן בספרן של צדיקים לאלתר לחיים ולשלום. דערנאך זענען די הונדערטער תומכי תורה אדורך בפני הקודש, ווען יעדער האט באקומען פונעם רבי'ן שליט"א, "י"ב חלות" משיירי חלה של שבת, וואס איז געווען על שלחנו הטהור פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז מקובל פונעם אריז"ל דער גרויסער ענין צו מעטר זיין דעם שבת טיש מיט י"ב חלות, אין איז א סגולה נפלאה לפרנסה טובה ומרובה.


מיט גאר געהויבענע געמיטער האט זיך דער ציבור צוריק געקערט אהיים, האפנטליך, אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוט'ס מיט שמחה דקדושה און א גוט געבענטשט יאר.



















コメント


bottom of page